בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך האב נישט מורא
פחדים, אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן די קליינע מעשה'לעך פאר קינדער, די קליינע גליונות פאר קינדער. איך באוואונדער דאס, איך זע אז דאס וועט מאכן א גרויסע מהפיכה צווישן די קינדער. עס איז שיין געדרוקט, שיינע אותיות מיט א שיינע בילד, און ועל כולם האט עס די תוכן פון הייליגן רבי'ן, די וועג ווי מען רעדט צו מענטשן לעובדא ולמעשה, נישט סתם א שיינע משל מיט א שיינע נמשל, נאר תכלית ווי צו לעבן, ווי אזוי אנצוגיין אין לעבן.


די וואך האב איך א שיינע מעשה פון ירושלמי וואס מען זאל טון מיט פחדים ביינאכט. דאס זאלסטו דרוקן אין די צענדליגער טויזנטער, דאס וועט זיין א גוטע גליון פאר די קינדער. ווייל רוב קינדער האבן פחדים ביינאכט, און וואס פאר א עצות מען זאל זיי נאר נישט געבן ווערן זיי נישט בארואיגט, און נאר מיט די עצות פון רבי'ן, פון חזר'ן א שטארקע אמונה - וועט אוועק גיין די פחדים.


דא האסטו די מעשה:


"טאטי ווען עס ווערט נאכט האב איך זייער שטארק מורא, אפשר קען מען לייגן א שטארקע שלאס אויף די טיר? אזוי וועל איך נישט מורא האבן".


קינד טייערער, איך וויל דיר דערציילן א שיינע מעשה. די גמרא דערציילט (ירושלמי תרומות ח, ג), דער הייליגער רבי ינאי האט זייער מורא געהאט פון שלענג, ער האט געציטערט צו גיין שלאפן ווייל אפשר וועט א שלאנג ארויפקריכן אויף זיין בעט, ער האט געטראכט אלע סארט עצות ווי אזוי ער קען זיך פארזיכערן אז א שלאנג וועט נישט אנקומען אויף זיין בעט, ער איז אויפגעקומען מיט א געדאנק, ער וועט אריינשטעלן די פיר פיס פונעם בעט אין פיר אמערס וואסער, אזוי וועלן די שלענג נישט קענען אנקומען צו אים.


איין נאכט וועקט זיך דער הייליגער רבי ינאי אויף מיט א שלאנג אין די הענט, האט ער געזאגט צו זיך: 'יעצט זע איך אז עס העלפט נישט קיין פאטענטן, נאר איין זאך העלפט, תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה'; דער צדיק האט געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר אז די שלענג זאלן נישט קומען אויף מיין בעט", און אזוי איז טאקע געווען, מער זענען די שלענג נישט געקומען צו אים.


קינד טייערער, לאמיר בעטן יעדן טאג די תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון די נאכט, איך זאל נישט מורא האבן פון קיין הינט, פון קיין בער, פון קיין שלענג, איך זאל פון גארנישט מורא האבן, איך זאל האבן א שטארקע אמונה אז דו ביסט מיט מיר, דו היטסט מיך, דו געבסט אכטונג אויף מיר".


"טאטי, יעצט דארפסטו שוין נישט לייגן א שלאס אויף די טיר, איך גיי שוין מער נישט מורא האבן פון קיין שום זאך, ווייל איך רעד צום אייבערשטן און איך בעט אים ער זאל אוועק נעמען פון מיר די פחדים".


איך האב געבעטן מכון עצתו אמונה זאל בעטן די מעלער זאל מאכן א בילד פון א בעט און די פיסלעך פונעם בעט ליגן אין עמערס וואסער, און ווי עס קריכן שלענג אויף דער ערד, און איין שלאנג איז אויפן בעט, און ווי דער מענטש וואס ליגט אין בעט מיט ציצית, הויבט אויף די הענט אויף ארויף; ארויסברענגען די מעשה אז עס העלפט נישט קיין עצות, נאר תפילה העלפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.