בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר
האב נישט מורא פון קאמפעטישן, קיין איין פרוטה קען מען דיר נישט אוועקנעמען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", א פרוטה קען מען נישט צונעמען פון א צווייטן; אז דו ווילסט מצליח זיין – זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן צד): "אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם", די ברכה געפינט זיך נישט אין שטוב, "אֶלָּא בִּשְׁבִיל כְּבוֹד אִשְׁתּוֹ", נאר אויב מען איז מכבד די ווייב; זאלסטו רעדן שיין, ווייך און הארציג צו דיין ווייב, און חס ושלום נישט טשעפען, נישט מאכן וויינען, נישט חוזק מאכן; וועט זיין ביי דיר אין שטוב א ברכה.
אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט זיין בשמחה, פריי זיך מיט דעם אז דו ביסט א איד און מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן. דער רבי זאגט (שם סימן ממון, אות מז): "הַשִׂמְחָה תְּמִידִית מְסוּגָל לְהַצְלָחָה", זיין שטענדיג פרייליך איז די סגולה פאר סוקסעס.