בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיר האבן גארנישט צו טון מיט די ערב רב
מדות טובות, ישיבה, הדרכות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש וויליאמסבורג


א גרויסן יישר כח פארן נעמען די בחורים צו די האלאקאסט מוזעאום אין וואשינגטאן; די בחורים זענען צוריק געקומען צעשוידערט, זיי קענען נישט קומען צו זיך וואס די פעלקער האבן געטון מיט כלל ישראל, ספעציעל די עמלקים, די נאציס ימח שמם וזכרם; זיי האבן גענומען אן אומשולדיג פאלק, מענער, פרויען, קינדער, און פארברענט, גע'שחט'ן, גע'הרג'עט מיט אלע מיתות אכזריות. מוהרא"ש האט געהאלטן אז מען זאל נעמען די קינדער צו די מלחמה מוזעאום, מען זאל ווייזן פאר די קינדער וואס אידישע קינדער זענען אריבער, און ווי אלע פעלקער זענען געשטאנען און געשוויגן, אלע האבן געוואוסט וואס גייט פאר, אפילו אמעריקע, אלע האבן געוואוסט אז מען נעמט זעקס מיליאן אידן און מען פארגאזט און מען פארברענט זיי.


ביסט געפארן אייער נעכטן, מאנטאג; מענטשן פרעגן מיר אויב מיר האלטן די 'יום השואה', ווייל מען איז געפארן אין דעם טאג וכו'; איך וויל דו זאלסט וויסן קלאר אז מיר האבן גארנישט צו טון מיט די ערב רב, און אויך נישט מיט די פרומע וואס שטיצן די ערב רב. אונזער יום השואה - זאגט מוהרא"ש - איז ט' באב, דעמאלט קלאגן מיר אויף אלע צרות און אלע גזירות, סיי אויפן חורבן בית המקדש, און אויך אויף די הריגות פון אלע דורות, ווי מען האט גענומען טייערע קהילות און פארברענט, און אויך קלאגן מיר אויף די חרבן אין ארץ ישראל, וואו עס זענען געקומען די ערב רב און אויפגעשטעלט א מדינה קעגן די תורה.


קומענדיגע וואך איז זייער טאג וואס זיי פאררופן 'יום העצמאות', וויל איך דו זאלסט רעדן מיט די בחורים אין ישיבה, זיי לערנען אז דאס האט גארנישט מיט אידן, דאס איז נישט מיט די תורה, דאס איז וואס האלט אונז אין גלות, און דאס איז גורם אלע צרות. אויך זאלסטו איבערגעבן פאר די מנהלים מרדכי אינדיג און יצחק פאפנהיים, אז זאלן רעדן מיט די מלמדים, און אויך פאר די בית פיגא שולעס און די ישיבות, אז מען זאל דאס לערנען מיט די קינדער, זיי זאלן וויסן אז דאס איז קעגן די תורה, דאס איז נישט די גאולה.


בפרט יעצט ווען עס טוט זיך מלחמות, מען הערט די נייעס, זאל מען געדענקען אז די מיליטער איז קעגן די תורה, מען דארף שטענדיג מתפלל זיין אז אידישע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן, און וויסן אז די מיליטער איז נישט אונזער, מען זאל זיך נישט פרייען מיט זייערע נצחונות, ווייל אלע זייערע נצחונות זענען נאר צרות פאר כלל ישראל השם ישמרינו.


אויך זאלסטו לערנען מיט די בחורים מידות, ווייל וויסן זאלסטו, די וועלט איז נישט הפקר, די וועלט פירט זיך מיט א פינקטליכער חשבון, און אז מען טוט וויי א צווייטן, מען טשעפט, מען פארשעמט, אדער מען מאכט יענעם שאדן - וועט מען פריער אדער שפעטער אליינס אריבערגיין דאס וואס מען האט יענעם געמאכט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ו), דער הייליגער תנא הלל האט אמאל געזען ווי א טויטע קערפער שווימט אין וואסער, האט ער געזאגט: "דאס איז דיר געקומען ווייל דו האסט דאס געטון פאר א צווייטן, יעצט באקומסטו דאס צוריק און ביים סוף וועט אויך דער וואס האט דאס געטון מיט דיר – דאס אריבער גיין"; און זיכער ווען מען טוט גוטס מיט א צווייטן, און מען געבט נאך, מען איז מוחל א צווייטן - מאכט דער אייבערשטער מיט דעם מענטש גוטס, אפילו ער איז נישט ווערד, און דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף זיינע עבירות.


דעריבער בעט איך דיר זייער יעצט ווען מיר ציילן די טעג פון ספירה, זאלסטו רעדן צו די תלמידים זיי זאלן זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן, און אויב דו האסט זיך יא פארלוירן, האסט איינעם פארשעמט, האסט איינעם וויי געטון - זאלסטו וואס פריער יענעם איבערבעטן, ווארט נישט עס זאל אויף דיר איבערגיין שלעכטס; און זיכער אויב דו האסט צוטון מיט א מחלוקת, דו האסט אנגעדרייט א מחלוקת אין דיין משפחה אדער אין בית המדרש - זאלסטו דאס אפשטעלן און יעדן איבערבעטן, ווייל: "וואס מען טוט פאר א צווייטן טוט מען זיך אליינס", פריער אדער שפעטער וועט צוריק קומען ביטערע קלעפ פאר די וואס מאכן מחלוקת, ווער רעדט נאך אויב מען איז זיך מתחצף פאר א תלמיד חכם, מען פארשעמט א רב, א דיין, אדער אז מען רעדט און מען פארשעמט די צדיקים וואס פארשפרייטן אמונה ביי אידישע קינדער, לא יאבה ה' סלוח לו, אויב טוט מען נישט תשובה ענדיגט זיך עס גאר ביטער.


איך בעט דיר זייער און איך בעט אלע מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, מנהלים, מנהלות וכו': מען זאל אסאך רעדן צו די קינדער פון גוטע מידות און פון זיך אכטונג געבן נישט וויי צו טון א איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.