בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - האלט דיינע קינדער מיט דיר
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת אחרי קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט די הייליגע שבת, זאלסטו איבערבעטן דיין ווייב, און פון היינט און ווייטער שיין רעדן צו איר, ווייל די שכינה הקודש רוט דארט וואו מען בעט זיך איבער, און וואו עס איז דא שלום, און אז די שכינה הקדושה איז דארט - איז שוין במילא דא אלע ברכות, און מאך שיינע סעודות שבת, זינג זמירות און רעד מיט דיינע קינדער, ווייל די דיבורים וואס מען רעדט שבת האט חן און עס טוט זייער אסאך אויף.


אויך זאלסטו זיי האלטן נעבן דיר ביים דאווענען, און ווי אזוי דו דאווענסט - וועלן זיי דאווענען, אז דער טאטע שמועסט ביים דאווענען און לאכט אפ פון ערליכקייט, וואס קען מען ערווארטן פון די קינדער... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:), ווער עס האט ליב ערליכע אידן וועט האבן ערליכע קינדער, ווייל קינדער כאפן אויף ביים טאטן וואס ער האט ליב.


א גאנצע וואך האלטן די מלמדים דיינע קינדער, יעצט זומער דארפסטו זיין דער מלמד פון דיינע קינדער ביי די לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס און לאנגע שבת נאכמיטאגס. וויסן זאלסטו, די אלע פרייע צייטן ווי שבת נאכמיטאג און פרייטאג נאכמיטאג, איז א צייט וואס קינדער קענען ווערן געשעדיגט פון מנוולים; מען האט מיר דערציילט אזויפיל מעשיות ווי מען איז געפאלן א קרבן פאר א מנוול און ווי דער לעבן איז קאליע געווארן רחמנא לצלן, און אלעס האט זיך אנגעהויבן פרייטאגס און שבתים.


ובכן בעט איך דיר האלט דיינע קינדער מיט דיר, אז דו לייגסט זיך אראפ שלאפן שבת זאלסטו זיי אויך אראפלייגן שלאפן, נישט לאזן גיין ליידיג, און אפילו זיי בלייבן אין שטוב - איז אויך נישט לכתחילה, ווייל גיין ליידיג איז א סכנה, אפילו ביי געשוויסטער וד"ל.


אזוי אויך זאלסטו רעדן מפעם לפעם מיט דיינע קינדער, זיי נאכאמאל דערמאנען אז קיינער קען זיי נישט אנרירן, און אז איינער רירט אן - זאלן זיי נישט מורא האבן צו דערציילן, זיי זאלן קומען דערציילן, און אויך זאלסטו זיי אויסלערנען נישט אנצורירן אות ברית קודש, און ווען דו וואשט דאס קינד און ווען דאס קינד גייט אין בית הכסא - זאלסטו אים מפעם לפעם דערמאנען זיך צו פירן בקדושה ובטהרה.


א פרייליכן שבת.