בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך פארשטיי אז דו ביסט זייער צעבראכן, דו ווארטסט אזוי לאנג אויף דיין שידוך; דו האסט געמיינט שוין לאנג צוריק אז דו וועסט חתונה האבן און עס נעמט שוין אזוי לאנג, דיין צער און ווייטאג איז אזוי גרויס, דו שפירסט זיך אזוי אליין, דו שפירסט זיך ווי א דורכפאל, דו טראכסט 'קיינער דארף מיך סיי ווי נישט וכו' וכו''.
בעט איך דיר זייער מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, האלט זיך ווייטער מיט אנשי שלומינו, קום אין ישיבה, איך האב דיר אזוי ליב. איך פלעג זיך זייער מחי' זיין ווען דו ביסט געקומען, לעצטנס קומסטו מער נישט, איך פארשטיי דיך פארוואס דו קומסט נישט, דו ביסט צעבראכן, דו טראכסט 'פון מיר וועט שוין סיי ווי גארנישט זיין'; עס איז נישט אמת, פון דיר וועט יא זיין, און דער אייבערשטער דארף דיך יא, און איך גלייב אז דו האסט אויך א שידוך, דארפסט זיך נאר דערהאלטן און נישט זיך נאכלאזן.
שרייב מיר דיינע שיעורים, דיינע סיומים; וועסטו מיר מחי' זיין.