בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הייב אויף דיינע אויגן צום הימל
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די תורה לערנט אונז עצות אין יעדן פרט, ווי אזוי מען זאל זיך פירן, וואס מען זאל טון. אז דו דארפסט א שידוך, דו ווילסט שוין האבן דיין לעבן, עס איז דיר ביטער שווער צו זיין א פלג גוף, אליין, זאלסטו טון וואס שטייט אין די פרשה (בראשית כד, סג), "וַיֵּצֵא יִצְחָק לָשׂוּחַ בַּשָּׂדֶה", יצחק איז געגאנגען שמועסן אין פעלד מיטן אייבערשטן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן: "אין שיחה אלא תפילה" (ברכות כו:), "לִפְנוֹת עָרֶב", פארנאכטס, נאך א פשט, "לִפְנוֹת עָרֶב", עס איז אים געווען טונקל, פינסטער; אז מען האט נישט חתונה, מען איז אליין, איז פינסטער. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סב:): "כָּל אָדָם שֶׁאֵין לוֹ אִשָּׁה שָׁרוּי בְּלֹא שִֹמְחָה, בְּלֹא בְּרָכָה, בְּלֹא טוֹבָה", אן א שידוך איז טונקל וכו', יצחק איז געגאנגען דאווענען, בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א שידוך, הייליגער באשעפער איך וויל נישט זיין אליין, איך וויל חתונה האבן", "וְהִנֵּה גְמַלִּים בָּאִים", און ער האט באקומען זיין שידוך.


טייערער ..., גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ, פאר מיט דיין קאר צו א וואסער, צו א שטילע פארק און גיי דארט א שפאציר (אן די טעלעפאן), און בעט דעם אייבערשטן, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל, הייב אויף דיינע הענט צום הימל און זאג: "רבונו של עולם, העלף מיר", אויך דאנק, זאג שכוח אייבערשטער.