בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך זאל זיך נישט צעקלאפן די פינגער
קינדער, הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב באקומען דעם קינדער ביכל "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", איך בין אזוי איבערגענומען פון די שיינע ארבעט וואס דו האסט אהערגעשטעלט; אזוי שיין די גרעפיקס, אזוי שיין די אויסשטעל. דאס וועט זיין א שטארקע זאך פאר די מפיצים, מען וועט גיין מיט דעם ביי די הייזער, עלטערן וועלן דאס זען וועלן זיי דאס נעמען פאר די קינדער; די מעשיות זענען פול מיט יראת שמים און ריינע אמונה.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה. בעט דעם מעלער ער זאל מאכן א בילד ווי א איד האלט מיט איין האנט א האמער, און די צווייטע האנט בייגט ער איין די פינגער און עס בלוט, אין די זייט שטייט א איד מיט איין האנט צום הימל, אזוי ווי ער ווייזט אים 'האסט געדארפט בעטן דעם אייבערשטן זיך נישט צו צעקלאפן'.


אָה... אִיךְ הָאבּ מִיךְ צֶעקְלַאפְּט מַיין פִינְגֶער... סְ'בְּלוּט, בְּרֶענְג אַ בֶּענְדִידְזְשׁ...


גֶעוֶוען אִיז דָאס מִיט רֶבִּי נַחְמָן טוּלְטְשִׁינֶער זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, אַ תַּלְמִיד פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, עֶר הָאט אַרַיינְגֶעהַאקְט אַ נָאגְל, אוּן בַּיים קְלַאפְּן מִיטְ'ן הַאמֶער הָאט עֶר זִיךְ צֶעקְלַאפְּט זַיין פִינְגֶער; עֶס הָאט אִים זֵייעֶר וֵויי גֶעטוּן, עֶר הָאט גֶעשְׁרִיגְן פוּן וֵוייטָאג: "אוֹטְשׁ, עֶס טוּט מִיר וֵויי, אֲהָהּ... אִיךְ הָאבּ מִיךְ צֶעקְלַאפְּט מַיין פִינְגֶער... סְ'בְּלוּט, בְּרֶענְג אַ בֶּענְדִידְזְשׁ..."


דָארְט אִיז גֶעוֶוען זַיין רֶבִּי, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי נָתָן פוּן בְּרֶסְלֶב, דֶער גְרוֹיסֶער תַּלְמִיד פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ. רֶבִּי נָתָן פְרֶעגְט זַיין תַּלְמִיד: "נַחְמָן, הָאסְטוּ גֶעבֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אֵיידֶער דוּ הָאסְט גֶענוּמֶען דֶעם הַאמֶער אוּן אָנְגֶעהוֹיבְּן קְלַאפְּן 'הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט צֶעקְלַאפְּן, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף דֶער נָאגְל זָאל גוּט אַרַיינְגֵיין?' הָאסְט נִישְׁט גֶעבֶּעטְן אוֹיף דֶעם, וָואלְסְט גֶעדַארְפְט בֶּעטְן - וָואלְסְטוּ זִיךְ נִישְׁט צֶעקְלַאפְּט".


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, מִיר לֶערְנֶען פוּן דִי מַעֲשֶׂה צוּ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף יֶעדֶע זַאךְ, נִישְׁט קַיין חִילוּק וָואס מֶען טוּט, אַ קְלֵיינֶע זַאךְ אָדֶער אַ גְרוֹיסֶע זַאךְ - דַארְף מֶען בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן מֶען זָאל מַצְלִיחַ זַיין, לָאמִיר זִינְגֶען אִינְאֵיינֶעם: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר, הֶעלְף אַלֶע אִידְן אוּן אוֹיךְ מִיר ..."


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.