בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך האב הנאה צו הערן ווי איר געבט זיך איבער פאר די קינדער.
בנוגע די מיידל וואס גנב'עט, און וואס מען טוט אלץ מיט איר העלפט עס נישט; איר שרייבט איר האט רחמנות אויפן קינד, ריכטיג איז איר זאלט רופן די טאטע און דערציילן, ווייל אויב מען שטעלט דאס נישט אפ ווען מען איז יונג - קען דאס זיין זייער געפערליך שפעטער.
איר דארפט רעדן צו די מנהלת און איר קענט איר ווייזן די בריוו און זיך דורכרעדן ווי אזוי דאס איינצומעלדן פאר די עלטערן, ווייל אויב מען וועט דאס לאזן לויפן חס ושלום, מען וועט נישט טון פאר דעם, וואס וועט זיין ווען די מיידל וועט ווערן עלטער.
דער עיקר זאלט איר אריינברענגען אין די תלמידות א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די מצוות, צו איידלקייט, צו גיין מיט שיינע קליידער נישט קיין קורצע, צו גיין מיט שיינע קאלירן נישט קיין פראסטע, צו גיין פארמאכט נישט אויסגעשניטן, און מיט ערמל ביז די ביין, ווייל די היינטיגע דור דארף איין זאך: "ליבשאפט און ווארעמקייט", און אז מען ווייזט זיי אז ליבשאפט און ווארעמקייט איז אין די תורה - וועלן אלע זיין ערליך און איידל.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.