בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - אויב מען האט גע'גנב'עט, דארף מען באצאלן
גניבה, תשובה, באזאר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אויב מען האט גע'גנב'עט - דארף מען באצאלן, און אז מען האט גע'גנב'עט ווען מען איז געווען יונג, מען האט גענומען פון געשעפטן אלס קינד וכו' - דארף מען זיך מאכן א חשבון וויפיל מען האט גענומען - און דאס באצאלן, און אויב מען באצאלט און מען טוט תשובה - דארף מען נישט אריבערגיין עונש הגלגול.


אז מען קען נישט נאכגיין די פלעצער וואו מען האט גע'גנב'עט, אדער מען געדענקט נישט וכו' - דארף מען געבן די געלט פאר צרכי רבים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה בָּהֶם צָרְכֵי רַבִּים", אויב מען האט גע'גנב'עט און מען ווייסט נישט פון וועם מען האט גע'גנב'עט - זאל מען טון צרכי רבים, אזוי וועט מען פאררעכטן וואס מען דארף פאררעכטן; רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גזילה, הלכה ה') אז די גרעסטע צרכי רבים איז דרוקן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, ווייל דורך די ספרים ווערן מקורב צום אייבערשטן מענטשן וואס זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן; די גרעסטע צרכי רבים איז דרוקן די ספרים פון רבי'ן און דאס פארפלייצן.


אז איר האט גענומען קליידער פון באזאר, איר האט געמיינט עס איז בחינם - זאלט איר מאכן א חשבון וויפיל איר האט גענומען און דאס באצאלן. דאס האט נישט מיט מיר, עס איז נישט מיין געלט, איך קען נישט מוחל זיין אויף דעם; עס איז הקדש געלט, עס באלאנגט פאר די מוסד.


צעברעכט זיך נישט, מען קען אלעס פאררעכטן, מען קען אויף אלעס תשובה טון, און אז מען טוט תשובה - נעמט דער אייבערשטער אן די תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#13 - די חוב איז בטל, און דאס פערדל איז טויט
אמונה, גניבה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט מזכה נשמות ישראל מיט די בריוו פון עצתו אמונה, דו האסט נישט קיין השגה ווי ווייט די בריוו קומען אן, דו האסט נישט קיין השגה וויפיל שטיבער שטייען בזכות די בריוו, און וויפיל תורה, תפילה ויראת שמים עס ברענגט אריין אין די וועלט. ובא השמש וטהר, ווען עס וועט קומען די צייט מען וועט צוריק גיין צום אייבערשטן - ואחר יאכל מן הקדשים, דעמאלט וועסטו זען דיין שכר וואס די עצתו אמונה האט אויפגעטון.


איך בעט דיר זייער, לאז נישט אפ דיין הייליגע ארבעט, און אפילו עס וועט איבערגיין אויף דיר וואס עס וועט איבערגיין - זאלסטו נישט שוואך ווערן פון די הייליגע ארבעט, נאר אדרבה; זאלסט נאך מער ספרים און נאך מער קונטרסים ארויסגעבן פאר כלל נשמות ישראל.


טראכט נאך געדאנקען ווי אזוי מען קען מאכן ספרים פאר קינדער; מיר דארפן זיך פארלייגן אויף די קינדער, זיי אנפילן מיט אמונה. עס קומען שווערע ביטערע נסיונות, די נסיונות פון יעצט איז גארנישט קעגן די נסיונות וואס קומען, מיר דארפן אנגרייטן די קינדער מיט אמונה און יראת שמים אויף א פרייליכע וועג, אזוי וועט זיי זיין גרינגער.


מאך א מעשה פאר די קינדער פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ווי ער האט מתקן געווען די נשמות וואס זענען מגולגל געווארן. איך וויל מען זאל דאס לערנען מיט די קינדער אין חדר און אין סקול, די מלמדים מיט די טיטשערס זאלן קאלערן (מאלעווען), און בשעת די קינדער מאלעווען זאלן זיי דערציילן די מעשה; דאס אריינלייגן מיט טעם און געשמאק לויט יעדן איינעמ'ס וועג, מען זאל פילעווען די קינדער מיט מעשיות פון צדיקים.


מאך א בילד פון א פארעם פון שעפעלעך און פערדן, מיט א קליינעם דארן פערד, און א בילד פון אן איידעלע צורה שטייט נעבן א פויער, דער מיט די איידעלע צורה ווייזט אויפן קליינעם דארן פערד און ווי דער פויער האלט שטרות אין האנט.


"קענסט מיר פארקויפן א פערד?" פרעגט דער הייליגער בעל שם טוב, "אודאי!" ענטפערט דער פויער, "איך האב גוטע פערד, קום רבי איך וועל אייך ווייזן מיינע גוטע פערד".


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו קוקט זיך אום אויף די פערד, און פרעגט דעם פויער: "אפשר קען איך קויפן דעם קליינעם דארן פערד?" "ניין, ניין!" זאגט דער פויער, "דעם קליינעם דארן פערד געב איך קיינעם נישט אוועק, דאס איז מיין בעסטע פערד וואס איך האב נאר אמאל געהאט, יעדע שווערע וועג וואס דריי פערד קענען דעם וואגן נישט שלעפן, קען אבער דער קליינער דארער פערד יא שלעפן", דער פויער זאגט: "איך קען פארקויפן פארן רבי'ן אלע פערד, אויסער דעם פערד".


דער הייליגער בעל שם טוב שמועסט מיטן פויער, און ער האט אנגעהויבן שמועסן פון חובות; וויפיל חובות ער האט, וויפיל מענטשן זענען אים שולדיג, דער פויער ברענגט ארויס זיינע צעטלעך און הויבט אן ציילן זיינע שטרות, ביי איין שטר זאגט ער פארן בעל שם טוב: "דער שטר איז שוין גארנישט ווערד, דער בעל חוב איז שוין געשטארבן", פרעגט אים דער הייליגער בעל שם טוב: "נו אפשר קען איך האבן דעם שטר חוב במתנה?" "אודאי!" ענטפערט דער פויער, "איך געב דיר אוועק דעם שטר במתנה גמורה, עס איז גארנישט ווערד".


דער צדיק צערייסט דער שטר און זאגט הויך אויפן קול: "מחול לך, מחול לך, מחול לך", דאס מיינט, 'די חוב וואס דו ביסט שולדיג - איז בטל', און דער צדיק זאגט פארן פויער: "לאמיר גיין צוריק אין שטאל, לאמיר זען די פערד"; זיי גייען און זעען ווי דער קליינער דארער פערדל ליגט טויט אויף דער ערד...


דער צדיק איז מגלה פארן פויער וואס דא האט פאסירט, ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און מען בלייבט שולדיג געלט, אדער אויב מען האט חס ושלום גע'גנב'עט פון א צווייטן און מען שטארבט - האט די נשמה נישט קיין רו, די נשמה קען נישט אנקומען אין גן עדן, די נשמה דארף אראפקומען נאכמאל און באצאלן די חוב און די גניבה.


"דעריבער" - זאגט דער צדיק – "די נשמה פונעם בעל חוב איז אריין אין דעם קליינעם דארן פערד און זיך געדארפט פייניגן, ער האט געדארפט ארבעטן פאר דיר אפצוצאלן זיין חוב, און יעצט אז דו האסט מיר אוועק געגעבן במתנה דעם שטר חוב און איך האב אים מוחל געווען, האט די נשמה שוין נישט וואס צו זיין דא אויף די וועלט, איז די פערד געשטארבן".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה צו אכטונג געבן נישט גנב'ענען פון קיינעם און נישט בארגן קיין געלט פון קיינעם, און אויב מען האט יא געבארגט געלט, אדער חס ושלום גע'גנב'עט - זאל מען באצאלן די חוב און די גניבה, נישט צו דארפן ליידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#12 - ריר נישט אן יענעמ'ס געלט, באצאל יעדן וועם דו ביסט שולדיג
צדקה, גניבה, חובות, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג, ריר נישט אן יענעמ'ס געלט, באצאל יעדן וועם דו ביסט שולדיג. עס איז זעלטן צו געפינען ערליכע בעלי בתים וואס פארדינען אן קיין גניבה, אן אנרירן יענעמ'ס געלט. אויב חס ושלום מען נעמט אוועק פון א צווייטן א פרוטה, מען גנב'עט אדער מען בארגט און מען באצאלט נישט - וועט מען דארפן מגולגל ווערן, עס וועט גארנישט נוצן; געב זיך אכטונג פון גניבה.


מוהרא"ש זאגט, אפילו פשוט'ע מענטשן וואס זענען רוב טאג באשעפטיגט מיט משא ומתן קענען אויך זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן, בתנאי אז מען רירט נישט אן א צווייטנ'ס געלט. מוהרא"ש זאגט בשם דעם צדיק רבי מאיר פון פרימישלאן זכותו יגן עלינו, ער טייטשט דעם פסוק (שמות כב, ז): "וְנִקְרַב בַּעַל הַבַּיִת אֶל הָאֱלֹקִים", אפילו א פשוט'ער בעל בית קען אויך ווערן נאנט צום אייבערשטן, נאר בתנאי – "אִם לֹא שָׁלַח יָדוֹ בִּמְלֶאכֶת רֵעֵהוּ", נאר אויב ער גנב'עט נישט, ער פאפט נישט.


איידער דו טיילסט צדקה זאלסטו קודם באצאלן די וועם דו קומסט געלט, שפיל נישט שיינער איד ווען דו קומסט געלט; מאך זיך א חשבון וועם דו קומסט געלט און באצאל יעדן איינעם, וואש אפ די הענט, זאלסט נישט האבן קיין בלוט, קיין שום גניבות.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים וועסטו זוכה זיין צו תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - אז מען בא'גנב'ט א צווייטן, ווערט מען בא'גנב'ט
גניבה, מדות טובות, התבודדות, ספר המידות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט א שיעור אין ספר המידות, דער רבי האט געזאגט אז דער ספר האט אים געמאכט פאר א איד. ווען דו לערנסט די ספרים זאלסטו זיך מתבודד זיין; בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע מידה, ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו דעם.


דו פרעגסט וואס איז פשט וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות גניבה וגזילה, סימן י): "מִי שֶׁמְּעָרֵב מַשְׁקָיו בְּמַיִם, גַּנָּבִים בָּאִים עָלָיו", ווער עס מישט אריין וואסער אין טרינקען - וועלן קומען צו אים גנבים.


דער רבי רעדט פון איינער וואס טוט גניבות, ער פארקויפט מילך אדער וויין און ער מישט אריין וואסער, ער טוט גנב'ענען פון אנדערע, איז מידה כנגד מידה - וועלן קומען צו אים אויך גנבים און גנב'נען פון אים, אבער פאר זיך מעג מען אויסמישן טרינקען מיט וואסער; דער רבי רעדט פון פארקויפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - גיין נאך געלט צו קויפן נארישקייטן, איז ריכטיג גניבה
חברים, שידוכים, צדקה, גניבה, ישיבה, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע גניבה דאס וואס דו טוסט, גיין נאך געלט צו קויפן א מאטער סייקל, מאטער סקוטער, ביבי גאן וכו'; דאס איז ריכטיג גניבה, און אז דו וועסט נישט באצאלן די אלע געלטער פאר עכטע צדקה – וועסטו דארפן מגולגל ווערן.


עס איז א פרעכע זאך גיין קלאפן אין הייזער 'צדקה פאר אן ארעמע משפחה' און נעמען דאס געלט פאר זיך; ווי שעמסטו זיך נישט צו טון אזא זאך?!


טו תשובה, מאך זיך א חשבון וויפיל געלט דו האסט גע'גנב'עט פון מענטשן און באצאל אלעס פאר צדקה.


איך ארבעט אזוי שווער פאר דיר, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן, איך וויל דיר ברענגען א גוטע שידוך, אבער מיט גניבה איז זייער שרעקעדיג. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל", ווער עס גזל'ט, "וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן", איז א סימן אז ער וועט טון אלע עבירות רחמנא לצלן, "וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", און עס איז זייער שווער זיך אפצוגעוואוינען פון דעם.


זוך גוטע חברים, חברים וואס גייען טון חסד מיט אידישע קינדער, חברים וואס נעמען נישט קיין איין פרוטה פון צדקה. אויך זאלסטו נישט גיין אין קיאסק, וואס דארפסטו פראבלעמען? נוץ אויס דיינע יארן אין ישיבה.א


איך וויל דיך זייער העלפן מיט א שידוך, אבער נאר בתנאי אז עס ענדיגט זיך מיט די גניבה וגזילה.


איך ווארט אויף אן ענטפער.

#9 - מען דארף באצאלן שכר לימוד
שכר לימוד, צדקה, מוסדות, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער זייער בעטן נאכאמאל, וועגן שכר לימוד; העלף מיר, שטיי נישט פון דער זייט, שפיל נישט שיינער איד. טיילסט צדקות רעכטס און לינקס, מאכסט זיך דיין דירה שענער און שענער און ווען מען בעט שכר לימוד - מאכסטו זיך נישט וויסנדיג.


שכר לימוד איז נישט קיין נדבה, שכר לימוד איז א חיוב; מן התורה האסטו א מצוה צו לערנען פון אינדערפרי ביז ביינאכט מיט דיינע קינדער, אדער דינגען א מלמד פאר זיי, שטעלן א שליח זיי זאלן לערנען מיט די קינדער און זיי באצאלן.


אז מען שפילט מיט שכר לימוד, ווי אזוי קען איך באצאלן די מלמדים? אז מען צאלט נישט שכר לימוד - איז דאס גניבה וגזילה, אויך האט מען נישט קיין הצלחה מיט די קינדער; איך זאג דיר נאר וואס מוהרא"ש שרייבט.


מיר האבן געהעכערט פאר די מלמדים זייער געהאלט; די אלע מלמדים וואס ארבעטן שוין אפאר יאר און זיי האבן משפחות - האבן מיר יעצט געהעכערט מיט א גרויסע סכום, און די לאך ווערט גרעסער און גרעסער.


מיר בעטן ווייניג שכר לימוד ווייל מיר ווילן נישט שווער מאכן פאר די עלטערן, אבער אז דו זוכסט א גוטע צדקה צוועק - קענסטו צאלן שכר לימוד, די פרייז וואס מען וואלט ווען געדארפט בעטן. אויך קענסטו אפשר באצאלן פאר קינדער וואס קיינער צאלט נישט.


איך האף דו וועסט זיך וויסנדיג מאכן און העלפן די מוסד צאלן מלמדים, טיטשערס און איינגעשטעלטע אין צייט.

#8 - הישמר והיזהר צו טון עפעס פאר'ן מוסד וואס איז נישט געזעצליך
מוסדות, גניבה, ראש ישיבה, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס איז מיר אינטערעסאנט אז דו באהאלסט זאכן פון מיר, דו דערציילסט מיר נישט אז מען האט אפגעהאלטן גרויס געלט צוליב דעם אינגערמאן ...


וויל איך דיר זאגן, הישמר והיזהר צו טון עפעס פאר'ן מוסד וואס איז נישט געזעצליך. לאז זיך אפ פון דעם קרו"ק, ברענג מיר נישט קיין געלט פון גניבות, איך דארף נישט די סארט געלט.


איך בין זייער דערשראקן פון די גאנצע מעשה און נאכמער - פון דעם וואס דו באהאלסט פון מיר זאכן, איך ווייס נישט וואס נאך דו באהאלסט פון מיר.


קענסט ארבעטן פאר מיר נאר אז דו באהאלסט גארנישט פון מיר, און דו וועסט מיך פרעגן יעדע זאך.

#7 - חס ושלום נישט זאגן קיין ליגנט פאר די רעגירונג
שטעטל, גניבה, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו גיין קעגן די געזעץ, און חס ושלום נישט זאגן קיין ליגנט פאר די רעגירונג; אך און וויי אז מען שפילט ארום און זיי נעמען אפיר, אויסער וואס מען קען באקומען א שטראף - קען מען גורם זיין א חילול השם.


די אלע איינוואוינער אין שטעטל וואס ווילן באקומען שטאטישע פראגראמען - דארפן זייער אכטונג געבן צו שרייבן דעם אמת וויפיל מען פארדינט, אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן.


דעריבער זאל זיך יעדע איינציגסטע משפחה בארעכענען וואס מען טוט, מען זאל זיך מעלדן צו האברך ... נרו יאיר, אדער צו האברך ... נרו יאיר; זיי ארבעטן מיט די שטאטישע באאמטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן פרנסה בריווח, נישט טון אומלעגאלע זאכן, יעדער זאל זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


 

#6 - עס איז נישט גערעכט אפצוכאפן פריוואטע שיעורים
דרשות, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


איך האב זיך דערוויסט אז עס זענען דא משפחות וואס כאפן מיך אפ ווען איך געב פריוואטע שיעורים.


עס איז נישט קיין גערעכטע זאך דאס צו טון; אלע ווייסן קלאר אז דאס איז פריוואט, מען לייגט דאס נישט אויפ'ן טעלעפאן. די אלע וואס כאפן אפ פריוואטע שמועסן זענען נישט גערעכט, עס איז גניבת דעת.


ווי עס זעט אויס וועל איך מער נישט רעדן קיין פריוואטע שמועסן; איך וועל זיך זייער אכטונג געבן.

#5 - נישטא קיין שום תירוץ פאר א מלמד צו קומען שפעט אין חדר
מקוה, חינוך הילדים, מלמדים, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב געהערט דיין מעסידזש.


גיין אין מקוה איז זייער א גרויסע זאך; ברסלב'ער חסידים זענען זייער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג, ווייל דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון דאס גרויסקייט פון מקוה, נאכמער דארפן מלמדים זייער מקפיד זיין אויף טבילה; מוהרא"ש זאגט אז מלמדים, שוחטים און סופרים דארפן נאכמער נזהר זיין אין דעם.


אוודאי דארף מען זיך מסדר זיין א סדר אויפצושטיין פרי גיין אין מקוה, דאווענען און עסן פת שחרית איידער מען גייט אין חדר, אבער אז מען איז פארשלאפן קען מען נישט לאזן די קינדער אויף הפקר חס ושלום. די קינדער קומען פאר אלעמען, נישטא קיין שום תירוץ צו קומען שפעט אין חדר. אז מען האלט נישט זמנים, מען קומט נישט צייטליך – איז דאס א מעוות לא יוכל לתקון, א זאך וואס מען קען נישט פאררעכטן (עיין שיחות הר"ן, סימן רמ).


ווען מען בא'גנב'עט א צווייטן, פון א שוה פרוטה ביז א מיליאן דאלער – קען מען דאס באצאלן, אבער אז מען קומט אין חדר שפעט, אדער מען קומט צייטליך און מען גייט אוועק, מען גייט שמועסן אדער מען איז עוסק אין אנדערע זאכן – איז מען אין די כלל פון אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה (עיין רמב"ם פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד).


דעריבער, אז מען איז פארשלאפן לייגט מען אלעס אין די זייט און מען גייט צו די קינדער, שפעטער קען מען גיין אין מקוה וכו'.


איך האף אז אלע מלמדים זענען צייטליך אין חדר; איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן אויב מלמדים קומען נישט צייטליך, וועל איך זיי פארשיקן.

#4 - ווי אזוי צו באצאלן וואס מ'האט גע'גנב'ט אלס קינד פון געשעפטן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, גניבה, תשובה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא 


 


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אז אלס קינד פלעגט איר גנב'ענען פון געשעפטן; אסאך קינדער טוען דאס. אויב איר געדענקט די געשעפט זאלט איר אריינשיקן די געלט; אויב איר שעמט זיך קענט איר עס אריינטראגן און זאגן אז א חבר'טע האט אייך געפרעגט וכו', אדער דורך די פאסט.


די געשעפטן וואס איר ווייסט נישט, זאלט איר טון וואס דער רמב"ם פסק'נט (עיין פרק ד' מהלכות תשובה, הלכה ג'; ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה בָּהֶם צָרְכֵי רַבִּים", מען זאל טון גוטס פאר אנדערע; דאס איז א תיקון פאר דער זאך.


שטארקט זיך, האט נישט מורא פון דעם וואס איר ווילט נאכנישט חתונה האבן; דאס קומט מיט די צייט, נאך אביסל וועט איר וועלן א שידוך און דאס באקומען.

#3 - קיינמאל נישט גנב'ענען, געלט געבט דער אייבערשטער
כיבוד אב ואם, תהלים, חסידות ברסלב, שאלות, שבת קודש, גניבה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט וואס קומט קודם - קבלת שבת אדער תהילים; ביידע זענען חשוב, ביידע זענען וויכטיג, אבער יעדע זאך האט זיין צייט. פרייטאג צו נאכטס זאלט איר דאווענען קבלת שבת און אז עס בלייבט צייט זאלט איר זאגן תהילים.


בנוגע שחרית נאך חצות; אויב איז אריבער די צייט זאל מען ווייטער דאווענען, אזוי וועט מען אנקומען צו דאווענען פאר חצות.


בנוגע אויב מען מעג גנב'ענען פון די רעגירונג, זיך ארויף כאפן אויפ'ן באס אן באצאלן חס ושלום; איר זאלט קיינמאל נישט גנב'ענען, דער רבי זאגט זייער שארף (ספר המידות אות גניבה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל, וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן, וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", ווער עס גנב'עט איז א סימן אז ער איז גרייט צו טון אלע עבירות פון די תורה און עס איז נישטא קיין וועג אים צוריק צו ברענגען צו די גוטע וועג; דערפאר האט רבי נתן געזאגט: "איך קען יעדן איינעם העלפן חוץ א גנב"; איר זאלט קיינמאל נישט גנב'ענען, געלט געבט דער אייבערשטער.


זייט מכבד אייערע עלטערן; ברסלב'ע חסידים האבן גאר אן אנדערן צוגאנג צו עלטערן. ביי ברסלב'ע חסידים זענען די עלטערן זייער חשוב, מען רעדט שיין און מען העלפט זיי, מען טענה'עט נישט מיט עלטערן, עלטערן זענען נישט קיין חברים, עלטערן זענען נישט געמאכט פאר ויכוחים; ווען טאטע מאמע שרייען בלייבט מען שטיל, מען ענטפערט נישט; ווען עלטערן געבן אמאל א פסק איז מען דאס מקבל באהבה, מען ענטפערט נישט.


אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט ארויסקומען פון אייך א קידוש השם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש גייט אין די וועגן פון די תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך, אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - באצאלן אלע איינגעשטעלטע נאך בעפאר יום הקדוש
שכר לימוד, מוסדות, גניבה, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער, זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער צו העלפן די מוסד. איך וויל אזוי שטארק באצאלן יעדן מלמד און יעדע טיטשער און יעדע איינגעשטעלטער נאך בעפאר יום הקדוש, איך וויל קענען זאגן ביים דאווענען: "לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ".


איך בעט דיר זייער, העלף מיר; גיי ארויס פון דיין קטנות המוחין, דו קענסט מיר העלפן, דו האסט די כוחות. העלף מיר ברענגען שכר לימוד, העלף מיר ברענגען שטאטישע פראגראמען, לאמיר באצאלן נאך פאר יום הקדוש פאר אלע איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


איך ווארט צו הערן פון דיר.


א גמר חתימה טובה.

#1 - העלף ארויס צוריקבאקומען די גע'גנב'טע געלט
מוסדות, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זאלסט העלפן די אפיס, איינער האט גע'גנב'עט גרויסע געלטער; זאלסטו אנרופן די באנק און טון אלעס אז מיר זאלן צוריק באקומען דאס געלט.


זיי פארבינדן מיט ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.