בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד אנשי שלומינו היקרים, מתפללי בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב בשכונת קענווי איילענד, ענגלאנד, ה' עליהם יחיו.
איך וויל אייך וואונטשן א מזל טוב פאר'ן עפענונג פונעם בית המדרש היכל הקודש; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט'ן בית המדרש אריין צו ברענגען א ליכטיגקייט אין די גאנצע געגנט.
דא האט איר אפאר נקודות ווי אזוי צו פירן דעם בית המדרש:
א. איר זאלט זיך מוסר נפש זיין עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך; קיינער זאל נישט טרעטן אויפ'ן צווייטן און זיך נישט גרויסן אויף א צווייטן, זוכט נאר דאס גוטס איינער ביים צווייטן וועט איר האבן זייער א שטארקע הצלחה.
אחדות קען נאר זיין ווען קיינער וויל נישט גארנישט, מען וויל נאר איין זאך: "אריין ברענגען דעם גראדניק אינעם גארטן". דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יא) אז דער אמת'ער בן מלך האט פארשטאנען אז מען וועט נעמען דעם מענטש (דעם הייליגן רבי'ן) און מען וועט אים אריין ברענגען אינעם גארטן (אין די וועלט) וועט יעדער איינער קענען אריבער גיין דעם גארטן (וועלט) בשלום; אזוי האט דער אמת'ער בן מלך פארשטאנען, ווייל ער איז דאך געווען א מבין דבר מתוך דבר און פון ווען ער האט אריין געברענגט דעם גראדניק אינעם גארטן זענען אלע אריין, און ווען מען האט אנגעהויבן יאגן וכו' האט מען זיך געשטעלט נעבן דעם מענטש (דעם צדיק) און אלע זענען אריבער בשלום.
אויב איר וועט נאר וועלן דאס טון, איר וועט וועלן אריין ברענגען דעם רבי'ן אין די וועלט, אז אלע מענטשן וואס דרייען זיך אין די וועלט זאלן זיך קענען ראטעווען ווען מען הויבט אן יאגן, וועט איר זייער מצליח זיין; אויב עס וועט זיין אנדערע אינטערעסן וועט נישט זיין קיין הצלחה.
ב. מען זאל אסאך רעדן פון אמונה און פון צדיק; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געהייסן פאר רבי נתן זכרונו לברכה אז ער זאל שרייבן חידושי תורה, און ביי צוויי זאכן זאל ער פארשפרייטן זיין פען; דאס הייסט ער זאל שרייבן באריכות ווען ער שרייבט איבער דעם ענין פון 'אמונה' און פון 'צדיק', ביי די צוויי זאכן זאל ער שרייבן אסאך, ווייל דאס איז דער יסוד אין אידישקייט, אז מען לעבט מיט אמונה פאלט אוועק אלע פראבלעמען. און אז מען האט א צדיק, א רבי וואס שטארקט און הייבט אויף יעדן איינעם - וואס נאך דארף מען?
געדענקט וואס דער רבי האט געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.