בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הנהגות פאר'ן לעבן נאך די חתונה
תודה והודאה, שלום בית, לימוד התורה, חתונה, הדרכות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בויען א שיינע אידישע שטוב, די שכינה הקדושה זאל שטענדיג רוען צווישן אייך, איר זאלט זען ליכטיגע דורות.


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן עפעס הנהגות פארן לעבן; ראשית כל זאלסטו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז דו האסט חתונה געהאט, האסט אן אשת חיל; וויפיל דו וועסט דאנקען און לויבן - וועסטו נאכאלץ זיין שולדיג דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים.


געדענק גוט דעם כלל, 'נישט זיך טענה'ען מיט די ווייב, גיי נישט אריין אין קיין ויכוחים'. מוהרא"ש זאגט, די ווייב דארף מען געבן גערעכט און נישט זיך שפאַרן מיט איר; אפילו מען איז קלאר גערעכט און זי איז נישט גערעכט - איז נישטא קיין ויכוחים, מען זאגט איינמאל צוויי מאל וואס מען האלט, און אז די ווייב זאגט פארקערט - לאזט מען אפ, מען טענה'עט נישט.


נאך א וויכטיגע זאך, זאלסט רעדן מיט איר נאר פון גוטע זאכן; נישט נעגעטיוו. דערצייל איר אלעס, נאר נישט קיין כשלונות און נפילות - חס ושלום.


ברענג איר אהיים א גוטע זאך; די ווייב ווערט פרייליך ווען איר מאן טראכט פון איר און קומט מיט א גוטע זאך וואס זי גלייכט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רַבִּי חִיָיא כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", רבי חייא, ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב - "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר.


מאך זיך א שיעור צו לערנען אין שטוב; די ווייב האט ליב צו זען דעם מאן לערנען, אז דו וועסט לערנען וועט זי דיך ארויפקוקן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.