בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - הער אויף וויינען, הייב אן קוקן אויף די גוטס וואס דו האסט
חיזוק פאר מיידלעך, תודה והודאה, צרות, תפלות אויף אידיש

 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו וויינסט אזוי, פארוואס זאלסטו נישט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר?! דו האסט אזוי געוויינט צו מיר אז עס האט זיך געקענט דאכטן אז דו האסט עפעס א גרויסע צרה; געלויבט דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און שטארק, דו האסט אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים, דו קומסט פון א גוטע שטוב, דו האסט טייערע עלטערן, דו ביסט באליבט ביי דיינע חבר'טעס - איז פארוואס זאלסטו אזוי וויינען?!


דו דארפסט אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר; אנשטאט וויינען און קרעכצן א גאנצן טאג זאלסטו אים דאנקען. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ב) אז תפילה איז אזוי ווי א שווערד, דאס איז דער געווער פון א איד. זאגט דער רבי: "וּמִי שֶׁזָּכָה לַחֶרֶב הַזֶּה", ווער עס איז זוכה צו האבן דעם געווער, "צָרִיךְ לֵידַע אֵיךְ לִלְחֹם עִם הַחֶרֶב", דארף וויסן ווי אזוי צו נוצן דעם געווער, "שֶׁלּא יַטֶּה אוֹתָהּ לְיָמִין אוֹ לִשְׂמאֹל", ער זאל נישט בייגן דעם שווערד נישט רעכטס און נישט לינקס נאר דאס האלטן גראד אינמיטן; מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז פונקט אזוי ווי בגשמיות ווען איינער האלט א געווער אין זיין האנט דארף ער וויסן ווי אז צו מלחמה האלטן מיט דעם, אזוי אויך ווען עס קומט צו תפילה דארף מען וויסן ווי אזוי דאס צו נוצן, עס דארף גיין פון ביידע זייטן; קודם דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן, וואס דאס ברענגט אריין א שטארקע שמחה אינעם מענטש. א מענטש דארף שטענדיג קוקן אויף אראפ, אז עס זענען דא מענטשן וואס זענען מיליאן מאל ערגער פון אים און דאך זענען זיי זיך מחזק, אזוי וועט ער האבן כח צו בעטן דעם אייבערשטן אויף וואס ער דארף. זאג נישט: "וואס גייט מיר אן אז פאר א צווייטן איז ערגער פון מיר? וועט דאס מיר דען העלפן?" זאג נישט אזוי, ווייל אז דו וועסט אזוי זאגן וועסטו נישט האבן קיין כח צו האלטן די געווער צו בעטן אויף מער; האלט די געווער פון ביידע זייטן, שטענדיג דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר אזוי וועסטו האבן כח צו בעטן אויף נאך מער.


דערפאר בעט איך דיר זייער: "הער אויף צו וויינען, און הייב אן קוקן אויף די גוט'ס וואס דו האסט"; עס פעלט דיר גארנישט, עס פעלט דיר נאר איין זאך: "דו זאלסט מכיר זיין אז דער אייבערשטער איז דער בעל הבית, און מיר קענען זיך נישט געבן קיין ריר נאר אז ער הייסט".


הייב אן קוקן ווי רייך דו ביסט; מוהרא"ש ברענגט פון ספר מדרש שמואל אז עָ'שִׁ'י'ר' איז די ראשי תיבות: "עֵ'ינַיִם שִׁ'נַּיִם יָ'דַיִם רַ'גְלַיִם"; ווען א מענטש האט אויגן - ער קען זען, ציינער - צו עסן, הענט און פיס - דער איז דער גרעסטער עושר אויף דער וועלט! וויפיל אידישע קינדער גייען נעבעך אריבער ביטערע שווערע צרות; עס זענען דא בלינדע, טויבע, הינקעדיגע און פארלאזירטע רחמנא לצלן.


איז די ערשטע זאך ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי זאלסטו אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן, זאג: "איך דאנק דיר באשעפער אז איך האב אויגן און איך קען זען, איך דאנק דיר אייבערשטער אז איך האב אויערן און איך קען הערן, א נאז צו שמעקן, א מויל צו רעדן; יישר כח אייבערשטער אז איך האב הענט און פיס, איך דאנק דיר אז איך קען זיך באוועגן".


הייב אן אריין טראכטן אין די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר וועסטו שוין נישט וויינען מער, אדרבה, דו וועסט ווערן אזוי פרייליך אז דו וועסט נאך פרייליך מאכן דיינע עלטערן און דיינע חבר'טעס.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער, וועט דיר זיין גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


ליין איבער דעם בריוו יעדן טאג.