בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
הער אויף קריטיקירן דיין ווייב, רעד נישט צו איר פון צניעות, רעד נישט צו איר פון זיך שערן די האר און פון זיך פארבן די אויגן; דו געב איר נאר גוטע ווערטער, די אנדערע זאכן וועט פון זיך אליינס נאכקומען. אז דער מאן געבט נאר גוטע וועטער, ער האט באמת ליב זיין ווייב און זעט אין איר נאר גוטס - קען ער מיט סבלנות און תפילה אלעס טוישן.
לאז אפ, זאג נישט קיין מוסר, קריטיקיר נישט; דו זאלסט איין זאך טון - נאר גוטע ווערטער, נאר זוכן גוטס.
איך האף דו וועסט מיך פאלגן, דו וועסט אויפהערן זיין פארנומען מיט איר אידישקייט; אנשטאט זיין פארנומען מיט אירע זאכן - זאלסטו זיין פארנומען מיט תודה והודאה לשם יתברך אז דו האסט א ווייב, א וואוילע ווייב, אן איידעלע ווייב, אפילו מיט די אויגן און מיט די האר איז זי זייער אן ערליכע, זאלסט איר גארנישט זאגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן חנוכה.