בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיטן צובראכענע סמארטפאון.
איך האב זיך זייער געפריידט צו דיין בריוו און צו טרעפן אינעם ענוועלאפ א צעבראכענעם סמארטפאון; דו האסט מיט דעם מקיים געווען די מצוה פון: "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ (דברים יז, ז)", ווייל א סמארטפאון אן א פילטער איז אלע דריי עבירות וואס א איד דארף זיך לאזן הרג'נען נישט עובר צו זיין דערויף: 'עבודה זרה', 'גילוי עריות', און 'שפיכת דמים'.
א סמארטפאון נעמט אוועק פונעם מענטש די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לא) אז 'ברית' און 'אמונה' זענען תלוי איינס אינעם צווייטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים פט, כט): "וּבְרִיתִי נֶאֱמֶנֶת לוֹ"; דאס הייסט אז ווען מען איז פוגם בברית, בפרט ווער רעדט נאך אז מען קוקט שמוציגע מאוויס - פארנאגראפיע רחמנא לצלן און מען זינדיגט אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, הייבט מען אן צו האבן קושיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן, און ווי מער מען פאלט אריין אין עבירות אלץ מער ווערט אויסגעריסן די אמונה און מען זינקט אין כפירה. ווייל עבירות פארלעשט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה בָּאָדָם", די עבירות ברענגט כפירה; דערפאר איז א סמארטפאון אזא שעדליכע זאך.
אז דו האסט געהאט די שטארקייט אוועק צו ווארפן דיין סמארטפאון זאלסטו יעצט האבן שכל נישט צו זיין ווי א הונט וואס גייט צוריק צו וואס ער ברעכט אויס; שלמה המלך זאגט (משלי כו, יא): "כְּכֶלֶב שָׁב עַל קֵאוֹ, כְּסִיל שׁוֹנֶה בְאִוַּלְתּוֹ", דער נאר איז צוגעגליכן צו א הונט וואס גייט צוריק צו דאס וואס ער האט אויסגעבראכן און עסט דאס נאכאמאל אויף, ער האט נישט די פארשטאנד אז ער האט דאס אויסגעבראכן ווייל דאס איז נישט גוט פאר אים, אזוי טוט אויך דער נאר נאכאמאל נארישקייטן.
מאך זיך א שיעור אין משניות; הייב אן פון אנהייב סדר זרעים, זאג א פרק נאך א פרק ביז דו וועסט ענדיגן סדר זרעים, נאכדעם זאלסטו אנהייבן סדר מועד ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה. און ווען דו ענדיגסט ששה סדרי משנה זאלסטו אנהייבן נאכאמאל משניות, אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן. דאס וועט דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט האבן כח זיך צו שטארקן אויפן יצר הרע; אפילו דו האסט נישט קיין דיבורים וואס צו רעדן זאלסטו זאגן אפאר ווערטער, זאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן כח נישט צו קוקן קיין עבירות, העלף מיר אייבערשטער איך זאל נישט קוקן קיין מאוויס און איך זאל נישט קוקן קיין שמוץ. איך לויף שטענדיג צוריק צו דעם, איך בין ממש ווי א הונט וואס קערט זיך צוריק צו זיין שמוץ, העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח בייצושטיין די שווערע נסיונות"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן וועסטו האבן כח זיך צו שטארקן אויף דיינע נסיונות.
שרייב מיר נאך בריוו; לכל הפחות איין מאל א וואך.