בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
אז דיין ווייב פרעגט דיר אויב זי מעג זיך קויפן א נישט כשר'ע טעלעפאן זאלסטו איר ענטפערן אז עס גייט דיר זייער וויי טון און זייער שטערן, נישט זאג: "איך האב דיך זייער ליב"; אודאי האסטו איר ליב, און אודאי אז דו וועסט איר זאגן יעדעס מאל וואס זי פרעגט אויף א נישט גוטע זאך: "איך האב דיך ווייטער ליב" - וועט די גאנצע שטוב צוגרונד גיין; ריכטיג איז, אז זי פרעגט אויב זי קען האבן א נישט גוטע טעלעפאן, זאלסטו איר זאגן ווייכערהייט: "מיין טייערע ווייב, איך וויל מיט דיר בויען א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות, און די צדיקים, די עיני העדה - זאגן אז עס איז נישט גוט צו האבן א נישט כשר'ע טעלעפאן אין א אידישע שטוב".
איך בין זיכער אויב דיין ווייב וועט הערן קלאר פון דיר ווי שטארק דו ווילסט האבן אן ערליכע שטוב אן קיין ליצנות, אן קיין טומאה - וועט זי זיכער טון דיין ווילן. דו האסט א וואוילע ווייב, אן ערליכע ווייב; זי האט שווערע נסיונות, די קליפות, די טומאה ציט זייער, אבער פאר דיר וועט זי עס טון.
לדעתי דארפסטו נישט מאכן קיין קריגעריי, אבער דאס יא, אז זי פרעגט דיר - זאלסטו זיין אפן מיט איר און איר זאגן די גאנצע אמת, אז דו ווילסט נישט אריינברענגען די טומאה אין שטוב.
גיי התבודדות יעדן אינדערפרי, וויין זיך אויס צום אייבערשטן פאר דיר, פאר דיין ווייב און פאר דיינע דורות, אז אלע זאלן זיין ערליך און הייליג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.