בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס מיינט א חדר?
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יוסל סאקס נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זאלסט ווייטער בעטן דער מנהל יצחק זאל דיר העלפן; איך האב אים נישט אוועק גענומען פון דיר העלפן, איך האב אים נאר געזאגט אז דאס פארן יעדן טאג; איין טאג קיין טבריה, איין טאג קיין בני ברק און בית שמש וכו' - דאס פעלט שוין נישט אויס, אבער הילף מיט עצות און חיזוק - זאלסטו ווייטער נעמען פון אים.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, דערצייל פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אויפפלאמען זייער הארץ. ווייל דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער אויב ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער הייליגער רב געפרעגט: "וועלכע מוסר ספרים?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער רב זכותו יגן עלינו: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט מוסר, צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק; בפרט אז מען פארציילט מעשיות פון צדיקים פאר קינדער האט דאס א שטארקע השפעה אויפן קינד, ווייל ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


מיין נישט אז מען האט ווייניג קינדער - איז די תלמוד תורה ווייניגער חשוב, און מיין נישט אז מען האט נישט קיין שיינעם בנין - איז עפעס ווייניגער מיט די חדר; א חדר איז נישט וויפיל קינדער לערנען, און נישט דעם שיינעם בנין; א חדר מיינט איין זאך, א מלמד זיצט מיט קינדער און לערנט מיט זיי תורה ויראת שמים, און מעשיות פון צדיקים. על כן ליבער ברודער, שטארק זיך, דערצייל פאר די קינדער מעשיות פון הייליגן רבי'ן, דערצייל זיי ווי אזוי דער רבי האט אלס קינד זיך גענומען צו עבודת השם דורכדעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים, ווייל די מאמע פיגא האט גע'ירש'נט די הויז פון איר מאמע - די צדיקת אדל, דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער, וואס זי האט גע'ירש'נט דאס הויז פון איר טאטע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. אין דעם הויז איז דער הייליגער רבי געבוירן געווארן, און ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי - דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, פלעגן זיי אריינגיין אין הויז פון בעל שם טוב און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב, און זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך פון זייער גרויסער רבי. דער רבי איז געווען א קליין אינגל דעמאלט, און ער פלעגט אויסהערן די שמועסן פון די קדושי עליון, די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב זכותם יגן עלינו.


איינמאל האט דער רבי געהערט פארציילן די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב, און זי איז גלייך נאכדעם נפטר געווארן, און ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, איך בעט דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", און אזוי איז נפטר געווארן דעם בעל שם טוב'ס טאטע.


אזוי איז דער בעל שם טוב אלט זייענדיג פינף יאר געווארן א קיילעכיגער יתום, און איז געווען איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: "ישראליק! זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", אזוי איז ער אויפגעוואקסן, און וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן.


ביז איינמאל שפאצירט ער אין פעלד און זינגט זיך צום אייבערשטן, און ער זעט ווי עס קומט צו גיין א איד מיט א ווייסע בארד, און דער איד שטעלט זיך אפ און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט זיך אן צו אים ישראליק: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער איז בכלל נישט דא", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ", (וואס באמת שטייט דארט מען זאל נישט אזוי זאגן, אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, און מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט), און דער מענטש האט אנגעפאנגען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן טיפוש האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", און פלוצלונג זעט דער בעל שם טוב גארנישט, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווי מען פארציילט עס אין זיין הויז ווען ער איז נאך געווען א קליין אינגל. גלייך ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: "געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?" און דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און ער איז געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'", ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אין פיר וואכן וועלן מיר זיך זען מיטן אייבערשטנ'ס הילף ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.