בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווארטס נישט אייער מאן זאל אייך איבערבעטן
צרות, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אלע כוחות אז אייער שטוב זאל נישט צעפאלן, און אז עס איז אייך ביטער שווער - זאלט איר ארויפקוקן צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל העלפן עס זאל גרינגער ווערן.


ווארטס נישט אייער מאן זאל אייך איבערבעטן וכו' וכו'; איר זאלט ווייטער זיין פרייליך און ווייטער זיין געטריי צו אים און צו די קינדער.


עס איז דא א ווארט פון הייליגן רבי'ן: "אז מען וויל נישט ליידן אביסל - ליידט מען אסאך"; די ווארט איז אזוי אמת, אזוי הייליג; ווייל יעדער איינער אויף די וועלט ליידט, נישטא אזא זאך מען זאל נישט ליידן; נאר וואס דען, דער וואס לעבט מיטן אייבערשטן, ווען עס גייט אים עפעס אריבער, אן איבערגייאכץ - ווייסט ער אז דאס איז פונעם אייבערשטן, איז אים גרינגער צו ליידן; אבער אז מען אנטלויפט פון די תורה, מען אנטלויפט פונעם אייבערשטן - ווערט שפעטער גאר ביטער.


וויפיל ווייבלעך גרושות זאגן קלאר, ווען מיר וואלטן געוויסט ווי שווער עס וועט אונז זיין - וואלטן מיר געבליבן ליידן דאס ביסל.


איך האף די פאר ווערטער וועט אייך געבן חיזוק און איר וועט האלטן אייער שטוב שטארק, איר וועט זיין פון די נשים צדקניות וואס ווערן פארשריבן אין הימל אז זיי האבן געבויט זייער שטוב מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.