בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מאך זיך גדרים וסייגים ווי אזוי דו פירסט זיך אין אפיס.
הדבר הראשון זאלסטו נישט רופן קיין איינע פון די פרויען אין אפיס ביי זייער ערשטע נאמען; צווייטנס, ווען דו דארפסט רעדן מיט די סעקרעטעריס - זאלסט אראפקוקן, זאלסט נישט קוקן אויף זיי; די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ח.): "אין יצר הרע שולט אלא במה שעיניו רואות", זאלסט נישט קוקן אין זייער פנים; דריטנס, זאלסט קיינמאל נישט זיצן נעבן א סעקריטערי, און אויך ווען דו דארפסט זיי צואווייזן ווי אזוי צו מאכן אינעם קאמפיוטער - זאלסטו ווארטן אז די פרוי זאל זיך אויפשטעלן און גיין אין די זייט, און נאר דעמאלט זאלסטו זיך צובייגן צום קאמפיוטער און ווייזן וואס מען דארף מאכן; געב זיך זייער אכטונג ווייל מען קען חס וחלילה אראפפאלן אין א טיפע טיפע פלאנטער, וואס מען קען זיך פון דעם נישט ארויסזען.
נעם דיין טיש מיט דיין בענקל אין אפיס און דריי עס אויס צום וואנט, אז כאטש האלב פון די צייט זאלסטו זיין אויסגעדרייט מיטן פנים צום וואנט, מיט ריינע אויגן.
דו ווייסט אוודאי די מעשה וואס איז געווען ביים הייליגן רבי'ן, ווען רבי נתן האט געקאלעכט דעם רבינ'ס שטוב לכבוד פסח און ער האט געוואלט צודעקן דעם וואנט זייגער, האט ער דאס פארדעקט מיט א פרויען טיכל; האט אים דער רבי פארגעהאלטן: "מיט דעם פארדעקסטו דעם זייגער, דו הענגסט אויף אויפן וואנט א פרויען טיכל?! היינט איז דא אזעלכע שוואכע מוחות וואס דאס מאכט זיי שוין אויך נישט גוטע מחשבות".
אויך ליבער ברודער, איידער דו גייסט אריין אין אפיס זאלסטו לייגן די האנט אויף די מזוזה און וויין צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר הייליגע מחשבות, הייליגער באשעפער היט מיך, הייליגער באשעפער וואס וועט דא זיין? דער הייליגער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיד), אז מען דארף זיך זייער היטן פון א שלעכטע געדאנק, און רבי נתן האט דערציילט (שם), אז ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט זיך דער רבי געטרייסלט און געווארפן, און דער רבי איז געווארן רויט, און ער האט פארשטאנען פון רבי'ן אז א שלעכטע מחשבה איז א געפערליכע פגם; הייליגער באשעפער איך דארף דא זיצן אין אפיס, האב אויף מיר רחמנות אז איך זאל האבן נאר ריינע געדאנקען, מיט ריינע מחשבות".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.