בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#15 - מאכט זיך א גדר נישט צו קוקן אייער בעל הבית אין פנים
קדושה, שלום בית, פרנסה, שמירת עינים, אפיס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וכו'; מאכט זיך א גדר נישט צו קוקן אייער בעל הבית אין פנים, נאר ווען איר דארפט אדורכרעדן מיט אים זאכן פון די ביזנעס – זאלט איר אראפקוקן און בשום אין אופן קוקן אויף אים; ביי פרויען איז אויך דא די מצוה פון זיך היטן די אויגן.


וואס פעלט אייך אויס צו גיין ארבעטן? איר זאגט דאך אליינס אז אייער שלום בית איז נישט ווי אמאל, איר טראכט פונעם בעל הבית מער ווי פון אייער מאן השם ישמרינו; ענדערש בלייבט אין שטוב און טראכטס פונעם אייבערשטן און פון אייער מאן.


אז איר וועט זיך מאכן די גדר פון נישט קוקן אין אפיס דעם בעל הבית אין פנים - וועט צוריק ווערן אייער שלום בית אזוי ווי אמאל; אייער מאן וועט שיינען פאר אייך מיט אלע חן פון דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - לכבוד די נייע יאר זאלסטו אוועק ווארפן די טעלעפאן
חינוך הילדים, טעלעפאן, אפיס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לכבוד די נייע יאר טו תשובה און ווארף אוועק די סמארטפאון.


איך געדענק ווי אזוי עס האט זיך אנגעהויבן, קודם האסטו זיך געקויפט די טעלעפאן פארן אפיס, און נאכדעם נאר פאר די קאר און יעצט ביסטו מיט דעם פיר און צוואנציג שעה; אינמיטן דאווענען, אינמיטן אלעס; באלד ווערן דיינע קינדער גרויס און וואס וועט שוין זיין מיט זיי?


לכבוד די נייע יאר זאלסטו אוועק ווארפן די טעלעפאן.


איך האף דו וועסט מיך פאלגן.

#13 - לאז די טעלעפאן אין אפיס נאר פאר די צייט פון ביזנעס
אומאן, טעלעפאן, אפיס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ט סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת בין איך געווען ביי מיינע עלטערן אין בארא פארק, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דעם קומענדיגן שבת אין שטעטל, ביז צוויי שבתים פאר סליחות, און מאנטאג סליחות וועלן מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, זיין דארט ראש השנה, אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן.


שרייב זיך אויס פון אלע נארישע זאכן פון דיין טעלעפאן, לאז די טעלעפאן אין אפיס נאר פאר די צייט פון ביזנעס, און אין די איבריגע צייט - זאלסטו נוצן א פשוט'ע טעלעפאן. דו וועסט צובאקומען אזויפיל שעות אין דיין טאג; אזויפיל אינגעלייט זאגן מיר, זייט זיי האבן אוועקגעלייגט דעם סמארטפאון - האבן זיי פשוט אנגעהויבן לעבן. זיי פלעגן זיין צוגעבינדן צו דעם, זיי האבן ממש נישט געהאט קיין בחירה, יעדע רגע געקוקט אויפ'ן טעלעפאן, און ווען זיי האבן מחליט געווען דאס אוועקצולייגן איז אין אנהויב זיי געווען שווער, זיי האבן געשפירט ווי עס פעלט זיי עפעס, אבער נאך א וואך צוויי האבן זיי אנגעהויבן לעבן א זיסע לעבן וואס זיי האבן נישט געהאט פון פארדעם.


איך ווארט זאלסט מיר שרייבן דיינע שיעורים, דיינע סיומים פון גמרא, משניות און פון רבינ'ס ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - א אידישע שטוב איז נישט קיין אפיס
חינוך הילדים, שלום בית, קאמפיוטער, טעלעפאן, אידישע שטוב, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


זייער גוט אז איר ברענגט נישט מער אהיים די טעלעפאן אין שטוב; האלט אייך שטארק מיט דעם - וועט אייער מאן אויך זיין שטארק מיט דעם.


דער יצר הרע וועט קומען צו אייך מיט טויזנט פשעטלעך אז עס לוינט יא עס אריינברענגען אין שטוב; ערשטנס, וועט איר קענען שיקן פראגעס פאר'ן ראש ישיבה. צווייטנס, וועט איר קענען נוצן די טעלעפאן פאר דאס און פאר יענץ; דאך זאלט איר בלייבן שטארק מיט די קבלה נישט צו מאכן אן אפיס אין שטוב. א אידישע שטוב איז נישט קיין אפיס; אפיס איז איין זאך און א אידישע שטוב איז גאר עפעס העכערס פון דעם, א אידישע שטוב איז א בית המקדש מעט, א פלאץ וואו די קינדער וואקסן אויף ערליך און געזונט.


וואויל איז די עלטערן וואס פאלגן און האלטן די שטוב ריין פון אלע כלים.

#11 - זיך פירן מיט צניעות אין אפיס, איידל און באשיידן
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך זייער אכטונג אין אפיס וואו איר ארבעט זיך צו פירן איידל און באשיידן. ווען איר דארפט רעדן צום בעל הבית, זאלט איר רעדן בלשון רבים: "איר האט געזאגט", "ענק ווילן מאכן אנדערש", "ענק ווילן זען וואס מען האט געמאכט?" נישט "דו". אויך זאלט איר נישט קוקן אין די אויגן אריין, נאר קוקן זייטיג וכו'.


האלטס זיך ריין, האלטס זיך איידל - וועט איר האבן קינדער צדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל - וועט האבן ערליכע קינדער.


אייער שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, בעטס דעם אייבערשטן פאר א ערליכע שידוך, אן ערליכער מאן, א ערליכע לעבן, א פרייליכע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - נאר מיט אחדות צווישן די איינגעשטעלטע קען מען מצליח זיין
מקוה, מוסדות, הכרת הטוב, ספיקות, מחשבות, אפיס, אחדות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארבעטן אין אפיס אזוי געטריי, איך האלט מיט אלעס וואס איר טוט אין וואס אלע אנדערע סעקריטעריס טוען, און איך בין ענק אלע זייער דאנקבאר, איך בין מתפלל פאר ענקער הצלחה און פאר ענקערע דורות.


א באזונדערע דאנק פאר די אחדות וואס איז דא צווישן ענק, דאס איז די וויכטיגסטע זאך; נאר מיט אחדות צווישן די איינגעשטעלטע קען מען מצליח זיין.


איך וויל בעטן אז די אפיס זאל באצאלן די קאסטן פון די מקוה טהרה; די לעקטער וכדומה.


ובנוגע די אלע בלבולים וכו'; מאכט אייך נישט צוטון פון די מחשבות, אלע וואס טוען גוטס - האבן די בלבולים, מען טראכט: 'וואס טו איך שוין? וואס בין איך שוין?' לאזט לויפן די מחשבות און טוט ווייטער אייער ארבעט געטריי.

#9 - מען דארף דיך האבן אין אפיס
מוסדות, הכרת הטוב, חלישות הדעת, אפיס, קאמפלעקס, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך זיך נישט נאריש, ווארף אוועק די קטנות הדעת; איך זע דער יצר הרע האט סוף כל סוף יא געטראפן א וועג דיר אוועקצונעמען פון די מוסדות, מיט די פאלשע שיטות דיינע 'וואס געב איך שוין צו?' 'וואס טו איך שוין?' אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (סוטה מח:) אויפ'ן פסוק (זכריה ד, י): 'כִּי מִי בַז לְיוֹם קְטַנּוֹת', "מי גרם לצדיקים שיתבזבז שולחנן לעתיד לבא", וואס האט גורם געווען די צדיקים אז זייער טיש זאל זיין צעשטערט אויף יענע וועלט? "קטנות שהיה בהן" די ווייניג אמונה וואס זיי האבן געהאט, אז זיי האבן נישט קיין אמונה אין זיך (עיין שיחות הר"ן, סימן קמ).


איך בעט דיר זייער, קום אין אפיס; מאך זיך נישט קיין נייע אפיס, דיין אפיס זאל בלייבן ביי די ישיבה אפיס, די חדר אפיס. דו ווייסט דאך סוף כל סוף אביסל ווי אזוי איך וויל זאכן זאלן זיך פירן, ווי אזוי מען זאל רעדן צו מענטשן, ווי אזוי זיך צו פירן מיט עלטערן וואס ווילן יא צאלן, וואס וויל נישט צאלן, אדער די וואס ווילן צאלן און האבן נישט וכו' וכו'.


היינט זאגט מיר דער אדמיניסטראטאר אז דו האסט זיך געמאכט א נייעם אפיס; איך וויל דיר נישט איינטיילן וואס צו טון, אין ברסלב זאגט מען נישט פאר א צווייטן וואס צו טון, אבער אלס חבר טוב זאג איך דיר, דיין פלאץ איז אין אפיס, "המתחיל במצוה אומרים לו גמור", ווער עס הויבט אן א מצוה – דארף ענדיגן.


בפרט ווען די איינגעשטעלטע פארמערן זיך; איך טייל יעצט אויס פינקט פופציג ענוועלאפס, חוץ די ארץ ישראל'דיגע סטעף; דארף איך דו זאלסט זיין אין די מוסד, אריינברענגען שכר לימוד און אנווארעמען אנשי שלומינו צו העלפן. איך האב יעצט ב"ה פיינע חובות, צוויי מעלאונעס; איך בין נייגעריג ווען ... וועט מתרגם זיין בלשון הקודש - ווי אזוי ער וועט דאס שרייבן, אפשר שני דלועין.


איך האף דו וועסט מיר ווייטער העלפן; גיי התבודדות, שמועס מיט'ן אייבערשטן און זיי מחזק אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין פרייליך.


דו ווייסט דאך וואס גייט אריבער אויף איטליכן, בפרט די וואס ארבעטן אין מוסד; בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו'; מען דארף האבן א גוט ווארט, איינער וואס מען טראסט וכו'; ווי נישט ביסטו דאך מיט מיר אלע יארן.


בלייבזשע מיר געזונט.


 

#8 - שרייבט מיר וואס מען דארף פאררעכטן אין אפיס
מוסדות, הכרת הטוב, קאמפיוטער, אפיס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר שרייבן אז די פילטער אין אפיס איז נישט גוט, אזוי האבן מיר דאס געקענט פאררעכטן.


איך בעט אייך זייער, אויב איז דא זאכן וואס פירט זיך נישט אזוי ווי מען דארף - זאלט איר מיר דאס שרייבן.


שרייבט מיר אויך וויפיל תהלים איר זאגט, און אייערע סיומים.

#7 - געב אכטונג אויף יעדע פרוטה פון די מוסדות
חינוך הילדים, מוסדות, אידיש געלט, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט די מוסד; זייט דו ביסט אריינגעקומען אין אפיס - קען מען מיט'ן באשעפער'ס הילף צאלן די איינגעשטעלטע אין צייט, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.


איך בעט דיר ברחמים, זע די אפיס זאל זיך פירן אזוי ווי ווען איך האב עס געפירט. היינט בין איך שוין נישט אזוי באקאנט אין יעדע פרט אין אפיס, דאך וויל איך עס זאל זיך פירן אזוי ווי אלע יארן.


געב אכטונג אויף יעדע פרוטה, לאז נישט אויסגעבן קיין איין פרוטה אויב עס פעלט נישט אויס. ביי אונז זאל נישט זיין קיין הפקירות פון צושטעלן, קויפן און אויסגעבן; ענדערש זאלן די קינדער זיצן אויף מילך קעסטלעך און נישט זינקען און חובות, ווי איידער גיסן געלט און זיין שולדיג.


אונזערע קינדער דארפן גארנישט, אונזער חינוך איז נישט מתנות מיט שוואוילטאג, אונזער חינוך איז מלמדים און טיטשערס וואס רעכענען זיך מיט יעדן קינד; ביי דיר אין ביזנעס קענסטו טון וואס דו ווילסט מיט דיין געלט, ביי די מוסד זאלסטו ציטערן פון אויסגעבן איין איבריגע דאלער, קיינער אין די מוסד קען נישט זאגן אויסצוגעבן געלט אן רשות.


געדענק וואס איך בעט דיר, מיר קען מען נישט סטראשען, איך ווייס ברוך ה' פינקטליך וואס איך וויל; זאל די גאנצע אפיס אוועק גיין - וועט די מוסד נישט צעפאלן. ווער עס וויל מיר העלפן, ווער עס וויל ארבעטן פאר די מוסד - איז דאס זיין זכות.


נעם דעם בריוו, ווייז עס פאר ... און פאר אלע איינגעשטעלטע.


 

#6 - איך בעט דיר ברחמים, געב אכטונג אויף די כשרות פון די מוסדות אפיס
מוסדות, קאמפיוטער, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט הער איך פון איינע פון די סעקריטעריס אז די קאמפיוטערס זענען נישט געפילטערט; איך ציטער פאר שרעק וואס גייט פאר ביי אונז אין מוסד.


איך בעט דיר ברחמים, געב אכטונג אויף די כשרות פון אפיס; איך וועל שרייבן פאר אלע איינגעשטעלטע זיי זאלן נישט קומען אין אפיס נאר אויב די קאמפיוטערס זענען כשר.

#5 - דער אפיס איז אלעס
מוסדות, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח!


דער אפיס איז אלעס, ווער עס ארבעט אין אפיס האט א חלק אין יעדע פינטל פונעם מוסד.


אויך אייער מאן ... איז ביי מיר זייער באליבט.


א גוט געבענטשט יאר.

#4 - יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי אין אפיס
מוסדות, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי אין אפיס.


איך האף און איך בעט אייך זייער איר זאלט בלייבן אין אפיס מיר העלפן, איך דארף די אפיס מסודר, איך דארף די אפיס פאר די מוסדות, אן די אפיס האבן מיר נישט קיין מוסדות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3 - מאכט א ליסטע מיט אלע נסים און חסדים צו דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, מוסדות, קבלה טובה, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך זייער פאר'ן מיר העלפן אין אפיס, די מוסד קען נישט אנגיין אן די אפיס; ווער עס ארבעט אין אפיס – האט א חלק אין יעדע איינצעלהייט פונעם מוסד.


בנוגע וואס איר האט מיר געפרעגט, וואס איר זאלט פאררעכטן אדער זיך פארנעמען וכו'; ווען איך זע עפעס וואס מען דארף פאררעכטן האלט איך זיך נישט צוריק, איך זאג יענעם וואס מען דארף פאררעכטן.


ביי אייך, ווען איר האט לעצטנס געהאט פראבלעמען, איר ווילט וויסן וואס איר דארפט פאררעכטן; איר דארפט מער צייט אוועק געבן אויף דאנקען דעם אייבערשטן. דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אייך גרויסע נסים – דארפט איר יעדן טאג אפאר מינוט אוועק געבן אויף לויבן דעם אייבערשטן, איר קענט דאס טון אליינס אדער מיט אייער מאן.


מאכט אייך א צעטל, א ליסטע מיט אלע נסים ביז אהער, אלע חסדים, אלע גוטע זאכן און זאגט פאר'ן אייבערשטן: "יישר כח אייבערשטער פאר ..." "יישר כח אייבערשטער פאר ..." "יישר כח אייבערשטער..."; אזוי זאלט איר טון יעדן טאג, און ווען עס קומט א שיינע טאג, שבת, יום טוב וכדומה – זאלט איר אוועק געבן אביסל מער צייט אויף דעם. ווען איר צינדט די לעכט, אייער מאן גייט אין שול, זאלט איר זיצן ביי די לעכט און דאנקען דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער – וועט זיך אלעס איבערדרייען ביי אייך, איר וועט זען גרויסע נסים ביי יעדע פרט.


בנוגע די אנדערע זאך, וועל איך אייך שפעטער שרייבן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#2 - ווער ס'העלפט אין אפיס, האט א חלק אינעם גאנצן מוסד
מוסדות, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח!


דער אפיס איז די מוסד; ווער עס העלפט אין אפיס האט א חלק אין יעדן פיצל פונעם מוסד.


געב איבער פאר אלע סעקרעטעריס אז זיי האבן א חלק אין אלע גוטע זאכן וואס קומט ארויס פונעם מוסד.


א גוט געבענטשט יאר.

#1 - נישט ארבעטן אין אן אפיס מיט א פרוי
צניעות, קדושה, אפיס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג פאר דיין בעל הבית אז אויב ער נעמט אריין א פרוי ביי דיר אין אפיס וועסטו נישט בלייבן ארבעטן ביי אים; איך זאג דיר שוין יעצט זאלסט זיך זוכן א נייע ארבעט, ווייל עס איז נישט ווערד דיין פרנסה צו דארפן זיצן מיט א פרעמדע פרוי. קודם כל איז דא אן איסור יחוד וואס דאס איז זייער א הארבע עבירה, לויט רוב פוסקים איז איסור יחוד גאר א דאורייתא, נאכדעם וועסטו פארשווארצט ווערן רחמנא לצלן בזה ובבא.


אחי היקר, איך האב אסאך אוועק געגעבן פאר דיר זאלסט האבן א גוט לעבן; דו האסט א טייערע ווייב תחי' מיט א ליכטיג קינד ברוך ה', יעצט דארפסטו אכטונג געבן דאס נישט צו פארלירן.


דו ווייסט דאך וואס מען זאגט פאר א נזיר (שבת יג.): "לֵך לֵך אָמְרִי נְזִירָא, סְחוֹר סְחוֹר לְכַרְמָא לֹא תִקְרָב", גיי נישט אריין אין א וויינגארטן ווייל דו וועסט נאכדעם צוקומען צו עסן פון די טרויבן; דאס זאג איך דיר מיין טייערער ... נרו יאיר, אויב ער ברענגט אריין א פרוי ביי דיר אין אפיס זוך דיר שוין א צווייטע פרנסה, וועסטו זוכה זיין צו האבן דער וועלט און יענער וועלט.


דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס און עס זאל דיר נישט פעלן קיין פרנסה.