בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווי אזוי דו וועסט זיך פירן צו דיין ווייב - וועט דיין ווייב זיך פירן צו דיר; אז דו וועסט איר העלפן, דו וועסט רעדן שיין צו איר - וועט דיר אויך זיין גוט.
רבי אברהם בן רבי נחמן איז אמאל איינגעשטאנען ביי איינעם פון אנשי שלומינו, ער האט צוגעזען ווי יענער פירט זיך, ווי ער שאפט אויף זיין ווייב, ער שרייט אויף איר, ער פארלאנגט פון איר, זי איז ביי אים ווי א דינסט; האט רבי אברהם בן רבי נחמן אפיר גענומען דעם איד און אים פארגעהאלטן: "אזוי רעדט מען צו א ווייב? אזוי פירט מען זיך אין שטוב?!"
גיי אין פעלד, שריי זיך אויס צום אייבערשטן: "רבונו של עולם איך האב פארשמילטע מידות, פארפוילטע נאטורן, יעדער קומט מיר, איך רעד נישט מיט דרך ארץ צו מיין ווייב, העלף מיר איך זאל זיך קענען אויסרייניגן מיינע שלעכטע בלוט".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.