בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי דער מלמד שפירט, אזוי שפירן די קינדער
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד היכל הקודש קרית יואל


עס איז א מחי' צו זיין ביי דיר אין תלמוד תורה, מען שפירט דארט אויר ארץ ישראל, מען שפירט אן אויר הזך והנח, א גוטע לופט, מען שפירט אין די לופט שמחה; הלוואי זאל מען דאס שפירן אין אלע כתות.


מיר האבן ברוך ה' אויסגעצייכנטע מלמדים, סיי אין ליבערטי, סיי אין וויליאמסבורג און אויך אין ירושלים, יעדער איינער האט זיינע מעלות, אבער דאס וואס מען שפירט ביי דיר, די שמחה - דאס איז נישט פשוט; די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו די קינדער, אזוי זיס, האניגדיג, הארציג, צוקערדיג.


איך דערמאן זיך, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט, נישט איין מאל, אפאר מאל: "זע עס זאל זיין שמחה צווישן דיינע תלמידים, ווייל אז עס איז פרייליך - איז די מח אפן אנצונעמען וואס מען לערנט".


א מלמד דארף וויסן, ווי אזוי ער שפירט - שפירן די קינדער; אויב פאר אים איז די ארבעט אן אפקומעניש - איז פאר די קינדער אויך אן אפקומעניש, אויב דער מלמד שפירט א טעם אין זיין ארבעט, ער האט הנאה צו זיין מיט די קינדער, ביי אים איז דאס א פארגענוגן - האבן די קינדער אויך א טעם; דעמאלט גייט אריין די ווערטער אין זייערע הערצער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כל אדם שיש בו יראת שמים" וואס איז א סימן פון ירא שמים, א סימן אז דער אייבערשטער איז מיט דעם מענטש? "דבריו נשמעין", אז די ווערטער זיינע גייען אריין.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש.