בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז כדאי זאלסט מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך, ווארט נישט אויף פרייטאג, הייב אן זונטאג. די וואך גייען צוויי פרשיות תזריע און מצורע; לערן יעדן טאג חומש, תרגום און רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. א טאג וואס מען לערנט חומש רש"י איז מען פארזיכערט אז מען וועט נישט האבן קיין שאדן, אויך איז דאס א שמירה קעגן דעם יצר הרע.
די צוויי פרשיות פון נגעים און קרעץ לערנען אונז, ווי אזוי קען מען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן; ווייל וואס איז דאס נגעים? וואס איז דאס קרעץ? דער תרגום זאגט אויף צרעת 'סגירו', פארמאכט, פארשפארט, און דער זוהר הקדוש זאגט, וואס איז דאס קרעץ? 'סְגִירוּ דִּנְהוֹרָא עִלָּאָה' (פרשת תזריע, דף מט עמוד ב) עס איז פארהוילן פון אים די ליכטיגקייט פון אייבערשטן, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, 'סְגִירוּ דְּטִיבוּ עִלָּאָה', עס איז פון אים אוועקגענומען אלע גוטס פון אויבן, ווייל ווען מען זינדיגט, מען טוט עבירות - ווערט מען דערווייטערט פון באשעפער, מען פארלירט אלע גוטס. וואס איז די עצה? ווי אזוי קען מען זיך אויסהיילן? צוריק שפירן אייבערשטן? די תורה זאגט, די עצה איז: "והובא אל הכהן וגו' וראה הכהן וגו', אחרי הראותו אל הכהן וגו', לכל מראה עיני הכהן וגו'", מען זאל גיין צום צדיק און טון וואס דער צדיק זאגט, דאס איז די עצה צו ווערן אויס קרעציג. דער צדיק עפנט די אויגן, מען הויבט אן שפירן 'עס איז דא א באשעפער', מען הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער איז דא, מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען טוט תשובה, ביז עס ווערט צוריק ליכטיג.
דעריבער בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים און אויך אין די בריוו פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס דאס איז תמצית פון רבינ'ס ספרים; וועט דיר ליכטיג ווערן, דו וועסט אנהויבן שפירן דעם אייבערשטן, דו וועסט אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, דו וועסט זיין ארומגענומען מיט די שכינה הקדושה.
איך פאר אם ירצה ה' היינט נאכט קיין פוילן, איך וועל בעטן פאר דיר. איך פאר צום הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו, היינט איז דער יארצייט. איך וועל אויך זיין ביים הייליגן ראפשיצער רב, ביים הייליגן רבי אלימלך און ביים היליגן רבי ר' מענדעלע זכותם יגן עלינו. איך פאר מיט א גרופע פון אנשי שלומינו, איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.