בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט אנדערע, אזוי פירט מען זיך צו אים
תפילות אויף אידיש, רפואה, מדות טובות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


בנוגע אייער אינפעקשן וואס האלט אין איין צוריקקומען; נעמט זיך פאר אכטונג צו געבן ווי אזוי איר רעדט צו אנדערע מענטשן, נישט וויי טון קיינעם.


ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט אנדערע - אזוי פירט מען זיך צו אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בַּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך - פירט מען זיך מיט אים; אז איר וועט אכטונג געבן, איר וועט רעדן שיין צו אנדערע, נישט וויי טון אנדערע - וועלן אייערע אינפעקשנס אוועק גיין; איר וועט זיין געזונט און שטארק.


אויך צו אייערע עלטערן זאלט איר רעדן מיט גרויס דרך ארץ און יראת הכבוד, און פארשטייט זיך צו אייער טייערער מאן זאלט איר רעדן ווייך און שיין.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג די פאר ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל היינט קיינעם נישט וויי טון, און קיינער זאל נישט ווערן וויי געטון דורך מיר. איך זאל רעדן צו אנדערע בדרך הישר והרצוי לפניך, ואל יעלה שום שנאה - איך זאל קיינעם נישט פיינט האבן".