בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי א פרוי קען אויסנוצן דעם הייליגן ראש השנה
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייערע פראגעס.


בנוגע וואו איר זאלט זיין ראש השנה ווען אייער מאן פארט צום רבי'ן קיין אומאן, ענדערש ביי אייער מאמע אדער ביי אנשי שלומינו? אייער מאמע בעט אייך זייער צו קומען, איר ווילט וויסן אויב איז ענדערש צו בלייבן מיט פרויען נשות אנשי שלומינו, דארט וועט איר געדענקען פון רבינ'ס זאך וכו'.


איך ראט אייך ענדערש זאלט איר גיין צו אייער מאמע תחי'; דאס וועט זיין פאר אייך די גרעסטע זכות ביים יום הדין, די מצוה פון מכבד זיין און מחי' זיין עלטערן - איז העכער פון אלעס.


אויף אייער פראגע, ווי אזוי נוצט מען אויס דעם גרויסן טאג ראש השנה? וואס דארף מען דאווענען? וועלכע שטיקלעך זענען זייער וויכטיג?


ראש השנה איז זייער וויכטיג צו זיין פאזיטיוו; מען עסט די סימנים אלעס נאר צו געדענקען אז עס קומט א גוט יאר, עס גייט זיין גוט, זיס ווי האניג.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא) פיר זאכן זאל מען אכטונג געבן ראש השנה:


ערשטנס, "שֶׁיַּחֲשֹׁב רַק מַחֲשָׁבוֹת טוֹבוֹת", מען זאל טראכטן נאר גוט, "שֶׁיֵּיטִיב הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עִמָּנוּ וְכוּ'", דער אייבערשטער גייט זיכער העלפן.


צווייטנס, "צְרִיכִין לִהְיוֹת שָׂמֵחַ בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה", מען דארף זיין פרייליך ראש השנה, אז דער אייבערשטער גייט מאכן גרויסע ניסים.


דריטנס, "גַּם צְרִיכִין לִבְכּוֹת בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה", אויך דארף מען וויינען ראש השנה צום באשעפער.


פערטנס, "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן", דעם ערשטן טאג ראש השנה, "צְרִיכִין לְמַעֵט בְּדִבּוּר מְאֹד מְאֹד", זאל מען וואס ווייניגער רעדן; אנשי שלומינו פירן זיך אזוי, מען רעדט נישט דעם ערשטן טאג ראש השנה ביז נאך תשליך.


מאמעס פון קליינע קינדער וואס זענען פארנומען מיט די קינדער - דארפן נישט דאווענען. אז מען האט צייט, די קינדער שפילן פאר זיך אליינס, אדער אז עס איז דא עלטערע קינדער וואס קענען אכטונג געבן - קען מען דעמאלט דאווענען, און אז נישט - איז מען פטור פון דאווענען.


איר בעט א תפילה וואס צו בעטן ראש השנה, אזוי וועט איר זיין רואיג אז איר האט אויסגענוצט דעם טאג, דא האט איר א תפילה:


"רבונו של עולם, היינט ראש השנה משפט מען די גאנצע וועלט, אלעס וואס גייט זיין דעם קומענדיגן יאר, אלעס שרייבסטו היינט אפ. בכן בעט איך דיר, שרייב מיר אפ א גוטע יאר, א זיסע יאר, א געזונטע יאר - פאר מיר, פאר מיין מאן און קינדער, און פאר אלע אידן. געב מיר כח צו זיין א גוטע ווייב און א גוטע מאמע, געב מיר כח פאר מיינע קינדער, געב אונז שפע און נחת פון די קינדער.


הייליגער באשעפער, איך האב געשיקט מיין מאן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, ווייל דער הייליגער רבי רבינו נחמן בן פיגא האט געזאגט, ווער עס גלייבט אין אים זאל קומען צו אים אויף ראש השנה; העלף מיר, מיין מאן און מיין גאנצע משפחה מיר זאלן האבן א גוטע יאר, א יאר פון שלום, א לעבן פון ליבשאפט, א לעבן פון מוותר זיין איינער פאר'ן צווייטן, א לעבן מיט צדיקים; גיין אין די וועג פון צדיקים, פאלגן א צדיק.


הייליגער באשעפער, האב שוין רחמנות אויף אידישע קינדער, שיק אונז שוין משיח צדקינו זאל אונז אויסלייזן און אונז אויפבויען דעם בית המקדש".