בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווי אזוי קען איך דיר זאגן נישט פארן צום רבינ'ס ציון? מי יתן לי אבר כיונה... וואלט איך זיך אויך אויפגעהויבן און געפארן.
דאך זאלסטו זיך איבערטראכטן אויב יעצט איז געאייגנט צו פארן, ווען עס איז שעת מלחמה. מיר זענען טאקע געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה אינמיטן די מלחמה, אבער ראש השנה איז עפעס אנדערש, דער רבי האט דאך געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכ): "וואס זאל איך אייך זאגן? קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן"; אבער יעצט פארן - ווייס איך נישט אויב עס איז כדאי.
בנוגע שבת חנוכה; מוהרא"ש איז געווען דערקעגן, ער האט געזאגט מען זאל נישט אוועק פארן חנוכה פון שטוב, איבערלאזן די קינדער; חנוכה איז א צייט פון חינוך. בחורים, און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער - קענען יא פארן צום רבי'ן אויף חנוכה, אבער יעצט בשעת מלחמה ווייס איך נישט אויב עס איז כדאי.
נאכאמאל, איך זאג דיר נישט זאלסט נישט פארן, ווייל ווער קען זאגן נישט פארן צום רבי'ן? רבי נתן האט געזאגט, עס לוינט אפילו נאכאמאל אראפקומען אין א גלגול אבי צו זיין ביים רבי'ן, אבער איך קען אויך נישט זאגן יא פארן.
מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, "הֲפֹךְ בָּהּ וַהֲפֹךְ בָּהּ דְּכֹלָּא בָהּ וכו', וּמִנָּהּ לֹא תָזוּעַ" (אבות ה, כג); זאלסט זיך נישט אוועקרוקן פון דעם רבינ'ס ספרים - וועסטו שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.