בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי'.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז יעדע זאך וואס איר דארפט בעט איר דעם אייבערשטן; איר האט אזויפיל מעשיות פון תפילה, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אייך און אויף אייער משפחה ווענדט איר זיך נאר צום אייבערשטן.
זייטס מחזק אנדערע מיידלעך; טראכטס אלע סארט וועגן ווי אזוי איר קענט מחזק זיין אנדערע זיי זאלן לעבן מיט אמונה.
דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט, די סיבה פארוואס דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אזוי ליב געהאט זיין טאכטער אדל (דעם רבינ'ס באבע) און איר שטענדיג אויסגערימט איז געווען ווייל זי איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א בענקעניש צום אייבערשטן און געטראכט: 'וואס קען איך טון צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן? וואס קען איך טון צו הייליגן זיין נאמען?'
עס איז דא צו באקומען אין ירושלים יעדע וואך די קונטרסים "עצתו אמונה"; איר דארפט זיך פארבינדן מיט די מפיצים וועט איר דאס קענען זען וועכנטליך, דאס וועט אייך מחזק זיין און אייך אויסקלארן אלע אייערע ספיקות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.