בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אמור, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
נישט באצאלן חובות איז נישט אזא עוולה ווי זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די מענטשן. ווען מען מאכט זיך נישט וויסנדיג איז מען א לוה רשע ולא ישלם; וואס איז דאס זיך נישט וויסנדיג מאכן? האסט נישט צו באצאלן? – זאג יענעם: "איך גיי דיר באצאלן", "איך האב א פלאן ווי אזוי דיר צו באצאלן", "איך וועל דיר באצאלן צוביסליך", וכדומה לזה. רעד, ענטפער, קום צום טעלעפאן ווען יענער רופט. יענער האט דאך דיר געהאלפן ווען דו ביסט געווען צעדרוקט, ער האט דיר געבארגט געלט; וואס איז דאס מען מאכט זיך נישט וויסנדיג?!
פאלג וואס איך זאג דיר, מאך זיך א ליסטע פון אלע וועם דו קומסט געלט, און זאלסט יעדן איינעם רופן און זאגן די ווערטער: "איך שעם זיך פון וואס איך האב געטון, אז איך האב זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דיר, איך קום דיר געלט שוין אזא לאנגע צייט, שוין אריבער דער זמן הפרעון און איך איגנאריר דיך, איך וויל דיר נאר זאגן אז איך גיי דיר אם ירצה ה' באצאלן ביזן לעצטן פרוטה; איך האב א שטיקל פלאן, איך ווארט אויף געוויסע געלטער און איך וועל דיר באצאלן".
ווען דער מלוה וועט הערן אז דו טראכסט נאך פון באצאלן וועט שוין אראפגיין די חימה, און ווען ער וועט הערן אז דו בעטסט אים איבער און אז דו געדענקסט נאך ווען ער האט געעפנט זיין טיר פאר דיר – וועט ער אויסווארטן ביז דו וועסט אים באצאלן, וועסטו נישט זיין קיין (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם".
דאס זאלסטו שוין טון גלייך נאך ליינען דעם בריוו; נעם זיך צאם, שרייב אראפ אלע נעמען, אלע חובות, נעם דעם טעלעפאן און הויב אן רופן.
צווייטנס זאלסטו יעדן איינציגסטן טאג גיין אין פעלד, וואוינסט דאך אין שטעטל צווישן פעלדער און וועלדער; גיי אין פעלד אונטער דיין הויז, דארפסט נישט גיין צי טיף, גיי אביסל אריין צווישן די ביימער, קענסט אהין טראגן א בענקל; דארט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן מיט די ווערטער, זאג די געבעט:
"רבונו של עולם, העלף מיר, איך בין אין א טיפע גרוב, איך זינק אין חובות, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן, איך האב גענומען הלוואות פון קרעדיט קארדס - און איך האב נישט קיין געלט זיי צו באצאלן, איך האב נישט קיין געלט פאר'ן טאג טעגליכן לעבן, איז פון וואו זאל איך נעמען געלט זיי צו באצאלן?
הייליגער באשעפער, איך בין אזוי שטארק פארשעמט; וואס טו איך דא ווייטער? וואס זאג איך פאר זיי?
אנא, איך בעט דיר, זיי מיר מוחל, איך טו תשובה; דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "יֵשׁ עֲבֵרָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִלּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר וְהִתְפַּעֲלוּת לֹא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון די עבירה איז אז מען איז א גאנץ לעבן א בעל חוב, וואס מען זאל נאר נישט טון – וועט מען אלץ בלייבן א בעל חוב; דאס איז די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן.
על כן באתי לפניך הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל, איך הויב אן פון יעצט, איך הויב אן פונדאסניי, איך גיי שוין זיין וואויל, איך גיי שוין זיין ערליך, איך גיי מער נישט טון קיין עבירות, זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה, נעם אן מיין צעבראכנקייט, מיין פארלוירנקייט, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי".
דאס זאלסטו טון יעדן טאג מיט א קביעות, קוק נישט אויף די וועטער; זאל רעגענען, שנייען, דינערן און בליצן; דו גיי מיט א קביעות.
דריטנס, די אלע וואס האבן דיר געבארגט געלט, זיי זאלסטו אלץ באדאנקען, אויך יעצט ווען זיי רופן דיר און צומאל וועלן זיי שרייען אויף דיר, זאלסטו זיי נישט רעכענען פאר דיינע פיינט, זיי זענען נישט דיינע פיינט, זיי זענען דיינע פריינט, זיי האבן דיר דאך געבארגט, געעפנט דעם טיר בעת דחקות, דו ביסט דיין פיינט, זיי זאלסטו שטענדיג מכיר טוב זיין.
אז דו וועסט פאלגן יעדע ווארט פונעם בריוו וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט אפצאלן אלע דיינע חובות און דו וועסט נאך בלייבן מיט גרויס שפע.
איך פאר קומענדיגע וואך קיין מירון, איך וועל בעטן פאר דיר און דיין משפחה ל"ג בעומר ביים תנא האלקי רבי שמעון.