בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
ווען מען לערנט די פרשה, פרשת בשלח; ווי די תורה דערציילט וואס האט זיך געטון מיט די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, זעט מען א שרעקעדיגע זאך, א זאך וואס מען קען נישט פארשטיין, מוהרא"ש פלעגט רעדן פון דעם יעדעס יאר ביים ליל שישי שיעור.
די תורה זאגט (שמות יג, יז): "וְלֹא נָחָם אֱלֹקִים דֶּרֶךְ אֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים כִּי קָרוֹב הוּא", דער אייבערשטער האט נישט געוואלט אריינטראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די לאנד פלשתים, ווייל עס קען זיין אז די אידן וועלן צוריקגיין קיין מצרים; עס איז זייער שווער, ווי קען זיין די אידן זאלן וועלן צוריקגיין קיין מצרים? נאכן לערנען די סדרות פון פרשת שמות וארא ווי די תורה דערציילט די שרעקליכע פיין וואס די אידן האבן געליטן אין מצרים, מען האט זיי געפייניגט מיט שרעקליכע גזירות, זיי האבן געוויינט און געשריגן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויסגעהערט זייערע תפילות און געשיקט משה רבינו זאל זיי אויסלייזן, ווער זאל וועלן צוריקגיין צו שלעק? ווער זאל וועלן מען זאל אריינווארפן זיינע קינדער אין וואסער? מען זאל שלאגן מיט מכות רצח?!
פלעגט מוהרא"ש זאגן: די פלשתים זענען געווען גרויסע לצים, ליצנות פארשטעלט אלעס; דו קענסט אריינברענגען אינעם מענטש גילוי אלקות, קענסט אים ווייזן די גרעסטע זאכן, מיט דעם אלעם, אויב קומט א לץ - קען ער יענעם אוועקרייסן פון דעם אלעם! לצנות איז שטערקער פון אלעמען! דעריבער האט דער אייבערשטער נישט געוואלט טראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די פלשתים ווייל מיט לצנות וועלן זיי באווייזן חוזק צו מאכן פון משה רבינו און פונעם אייבערשטן; דערפון דארפן מיר ארויסלערנען אכטונג צו געבן פון לצים.
דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר, אוֹי וַאֲבוֹי! כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט: "גיוואלד! די וועלט איז פול מיט ליכט, פול מיט וואונדערליכע סודות, און דער קליינער האנט פארשטעלט אלעס"; מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לעבן, מען הערט די וואונדערליכע עצות פון רבי'ן, מען האט חיזוק אנצוגיין אין לעבן, מען האט כח אריבערצוגיין אלע שוועריקייטן, שוועריקייטן פון פרנסה, שוועריקייטן מיט א ווייב, מיט קינדער, שוועריקייטן פון וכו' וכו', - ביז עס קומט דער קליינער הענטעלע און פארשטעלט אלעס, מען טרעפט א לץ, ער פרעגט: "וואו דרייסטו זיך?" נאכן ענטפערן: "איך דריי זיך אין היכל הקודש", מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול, דער מענטש באקומט פון דעם חלישות הדעת, דער קליינער מאך מיט די האנט פארשטעלט אלעס, אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "געוואלד!" און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "געוואלד!"
מוהרא"ש פלעגט זיך וואונדערן, ווי קען זיין א מענטש זאל אפלאזן די הערליכע לעבן וואס ער האט געפונען ביים רבי'ן צוליב א מאך מיט די האנט? צוליב א דריי מיט די נאז, ווי קען זיין אזא זאך?! עס האט דאך נישט קיין שכל! דו געדענקסט דאך ווי אזוי דו האסט געטראכט, ווי אזוי דו האסט געלעבט, בעסער געזאגט נישט געלעבט; ווי אזוי איז געווען דיין גוסטע? דיין שלום בית, דיין כיבוד אב ואם, דיין מהלך מחשבה, און וואס נישט... און ווען דו האסט געטראפן דעם הייליגן רבי'ן האט זיך געגעבן א דריי איבער אלעס לטובה, וואס זאלסטו אפילו קוקן אויף די קליינע הענטעלע? וואס זאלסטו קוקן אויף יענעמ'ס נאז ווי אזוי ער מאכט א פאקס?
רבי נתן זאגט, ליצנות איז אבי אבות הטומאה; ווייל עס נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גילוי אלקות פונעם מענטש ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועקגיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועקגיין, שנאמר (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.
טייערע חברים פרישע מקורבים, שטארקט אייך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, הן בתורה; יעדער איינער פון אייך מיט זיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה וכו' וכו'. הן בתפילה והתבודדות, און מיט שמחה, און געבט אכטונג אין שטוב מכבד זיין די ווייב, אזוי ווי דער רבי האט אונז געזאגט.
טענה'ט נישט מיט קיינעם און שטייט נישט אין ווארט מיט לצים - וועט איר האבן א חיים טובים. מוהרא"ש האט מיר געזאגט הונדערטער מאל: "יואל, מאך נישט די טעות וואס איך האב געמאכט, טענה נישט מיט קיינעם"; מוהרא"ש האט געזאגט: "אין אנהייב האב איך געמיינט אז אויב איך וועל צוריק טענה'ן, איך וועל אויפווייזן, איך וועל מסביר זיין - וועלן זיי אננעמען, ביים סוף האב איך געזען אז עס א שאד די צייט, הנצחון אינו סובל את האמת, עס איז נישט כדאי צו ענטפערן, נאר טון וואס מען האט צו טון".
די שמחה ביי אונז איז זייער גרויס אז מען האט געעפנט א חדר אין ירושלים; מיר האבן אזוי געעפנט אונזער חדר שנת תש"ע מיט געציילטע קינדער. דעמאלט איז דאס געווען דער גרעסטער חוזק; נישט חוזק פון די גאס, חוזק פון היכל הקודש! קיינער האט נישט אריינגעשיקט די קינדער, איך האב געפרעגט מוהרא"ש אויב איך קען אויפהענגען א צעטל אין בארא פארק שול ביי מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט די שליסל פון די בולעטי"ן באר"ד וואו מען הענגט די צעטלעך, מוהרא"ש האט געעפנט די טיר און מיט א שמייכל מיר געהייסן אריינלייגן די צעטל, מוהרא"ש האט פארראכטן צוויי ווערטער; איך בין געווען זיכער אז אלע גייען אריינלייגן די קינדער, איך בין געווען צו שאנד און צו שפאט, אלע האבן געלאכט...
איך האב אויף קיינעם נישט געקוקט, איך האב סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, איך האב געדארפט א מוסד פאר מיינע קינדער; היינט קוק איך צוריק, זאג איך איין ווארט: "שכוח אייבערשטער!"
די וואך קומט אויס דער יארצייט פון מוהרא"ש, גייט קיין יבנאל צום ציון, גייט מיט אייערע קינדער; עס איז נישט קיין ביטול תורה, גיין צו א ציון פון א צדיק איז קיום התורה.
זייט אויך מתפלל פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל; דערציילט פאר'ן אייבערשטן איין גוטע זאך וואס איר האט באקומען דורך מיר, עס זאל זיין א זכות פאר מיר.
אויך זאלט איר מאכן א סעודה ביי אייך אין שול, זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, די וועג וואס ער האט אונז אויסגעפלאסטערט, די שכל וואס ער האט אונז געגעבן.
א פרייליכן שבת.