בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די וויכטיגסטע זאך איז אכטונג צו געבן אויף א צווייטנ'ס געפילן
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, בין אדם לחבירו, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע תלמידות פון "בית פיגא" ברסלב שתחיו.


געלויבט דעם הייליגן באשעפער אז מיר ענדיגן נאך א יאר סקול.


עס איז אריבער א שיינע יאר ביי אייך אין סקול; איך האב געהערט גריסן פון אייערע טיטשערס און פון אייער מנהלת אויף אייך ווי שיין איר האט זיך אויפגעפירט דעם גאנצן יאר - מיט דרך ארץ און גוטע מידות. ביים הייליגן רבי'ן איז די ערשטע זאך געווען "דרך ארץ"; דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וֶוען קֵסָרִין אוּן קֶענִיגְן וָואלְטְן גֶעוואוּסְט וָואסְפַארַא דֶּרֶך אֶרֶץ אִיך לֶערְן מִיט מַיינֶע מֶענְטְשְׁן, וָואלְטְן זֵיי גֶעשִׁיקְט זֵיֶיערֶע קִינְדֶער לֶערְנֶען בַּיי מִיר דֶּרֶך אֶרֶץ", דאס זעט מען ממש ביי אייך אין סקול, אלע תלמידות פירן זיך איידל און טייער ווי קעניגליכע קינדער.


יעצט ווען די יאר איז אריבער דארפן מיר זיך מאכן א חשבון הנפש צי מיר האבן גענוג אכטונג געגעבן אויף א צווייטע מיידל'ס כבוד, אויב מען האט חס ושלום וויי געטון א צווייטן קינד. אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, מען זאגט א ווארט וואס קען שטעכן אזוי ווי א מעסער אין יענעמס הארץ, אדער מיט א לַא קען מען יענעם זייער וויי טון.


יעצט ווען איר קומט אין קעמפ, און מען גייט פארברענגען א זומער אין "מחנה בית פיגא ברסלב", וויל איך אייך זייער שטארק בעטן איר זאלט זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי איר פירט זיך אויף צו א צווייטע מיידל; מען דארף זיין זייער סענסעטיוו צו א צווייטן, קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל נישט לאכן פון א צווייטן, און קיינמאל נישט שפילן א שפיל אויב מען לאזט נישט א צווייטן שפילן מיט דעם שפיל. אויף אלע עבירות איז דער אייבערשטער מוחל, אבער אז מען טשעפעט א צווייטן האט מען נישט קיין מחילה ביז מען בעט יענעם איבער.


זוכט אויף די מיידלעך וואס זיצן שטענדיג שטיל און איינזאם, און חבר'ט זיך מיט מיידלעך וועם קיינער קוקט נישט אן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט.): "בַּמִּדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִים לוֹ", מען פירט זיך פון הימל צום מענטש אזוי ווי דער מענטש פירט זיך צו א צווייטן; אויב מען איז מקרב א צווייטן דעמאלט וועט דער אייבערשטער אים מקרב זיין, און אויב מען איז מרחק א צווייטן, דעמאלט וועט מען אים פון הימל אויך מרחק זיין.


טייערע "בית פיגא" תלמידות, איך בעט אייך פון טיפעניש פון מיין הארץ איר זאלט מיר דאס צוליב טון; האט אביסל הכרת הטוב פאר די סקול, עס איז מיר נישט גרינג צו פירן די סקול, איך ארבעט זייער שווער פאר אייך אלע אז איר זאלט זיין צופרידן, בעט איך אייך אז די טובה זאלט איר מיר צוריק טון: איר זאלט זיך נישט קריגן מיט א צווייטן און איר זאלט קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן; אז איר זעט א מיידל איז נאכגעלאזט, זי שטערט דעם סדר וואו מען שלאפט וכו', זאלט איר חס ושלום איר נישט פארשעמען, נאר איר זאלט דאס פארציילן פאר מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן שיינערהייט וכו', ווייל אויב מען פארשעמט א צווייטן ברבים קען מען פארלירן די חלק אין עולם הבא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "הַמַּלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים, אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס פארשעמט א חבר ברבים, האט נישט קיין חלק אין עולם הבא; נאך זאגן אונז די הייליגע חכמים (שם): "נוֹחַ לוֹ לָאָדָם שֶׁיַּפִּיל עַצְמוֹ לְכִבְשַׁן הָאֵשׁ, וְאַל יַלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים", ענדערש זאל א מענטש זיך לאזן אריין ווארפן אין א ברענעדיגע קאלך אויוון ווי צו פארשעמען א חבר.


דערפאר, אז איר שפירט ווי א מיידל איז נאכגעלאזט, עס גייט א גערוך פון איר וכו', אדער זי רוימט נישט איר בעט; אירע חפצים פליען ארום די גאנצע שטוב, טאר מען איר נישט פארשעמען חס ושלום. גייט רעדט דאס דורך מיט מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די מיידל אז זי זאל נישט חס ושלום פארשעמט ווערן.


איר ווייסט נישט ווי גליקליך איר זענט מיט אייער מנהלת מרת ... תחי', זי איז פאר אייך א מתנה פון הימל. הערט אויס יעדע ווארט וואס זי זאגט אייך, דאס וועט אייך העלפן פאר אייער גאנץ לעבן, זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט די מיידלעך; חס ושלום איר זאלט פארשעמען א צווייטן, דאס איז א שפיל מיט פייער. אז מען פארשעמט א צווייטן און יענער וויינט צום אייבערשטן נעמט זיך דער אייבערשטער אן פאר יענעם אפילו יענער איז נישט גערעכט.


איך האב אייך געגעבן א מתנה א ספר תהילים; זעט צו זאגן יעדן טאג תהילים. אין תהילים ליגן אלע ישועות, אין ספר תהילים ליגט אלע רפואות, אז איר קענט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים' איז גאר גוט, אבער אז איר האט נישט קיין צייט זאגט כאטש וויפיל איר קענט.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט הנאה האבן דעם זוממער, און איר וועט אהיים קומען אנגעפילט מיט אמונה.


א פרייליכן זוממער.