בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אויף אייער פראגע וויפיל ליכט צו צינדן, ווען ביי אייער משפחה צינדט מען צוויי ליכט פון חלב און צוויי פון אויל, און מוהרא"ש זאגט מען זאל צינדן לכבוד שבת צוויי ליכט פון אויל כנגד זכור ושמור און נאך פיר ליכט פון חלב כנגד די פיר אותיות פון שם הוי"ה, איר ווילט וויסן וויפיל צו צינדן; ביידע זענען גוט, סיי אז מען צינדט ווי די מאמע און סיי אז מען צינדט ווי מען צינדט אין היכל הקודש, ביידע וועגן זענען גוט.
דער עיקר פון ברסלב איז 'מען זאל זיין פרייליך', מען זאל וויסן 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד', און אז 'מען קען אלץ תשובה טון, מען קען אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן'. אויך לערנט אונז דער רבי דאס גרויסקייט פון שלום בית, פון זוכן די מעלות איינער ביים צווייטן; דער מאן זוכט אין די ווייב גוטס, און די ווייב זוכט אינעם מאן דאס גוטס; ביים רבי'ן איז געווען שלום בית פון די וויכטיגע זאכן.
ווען איר צינדט ליכט זאלט איר לייגן די הענט אויפן פנים פאר אפאר מינוט, בעטס דעם אייבערשטן אז די שכינה הקדושה זאל רוען אין שטוב, און איר זאלט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, און אזוי ווייטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א פרייליכן חנוכה.