בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
קודם כל בעט איך דיר זאלסט נישט זיין ברוגז אויף מיר אז עס נעמט אזוי לאנג ביז איך שרייב דיר צוריק אויף דיין בריוו, זיי מיר דן לכף זכות, איך בין זייער פארנומען, איך קום פשוט נישט אן צו ענטפערן אויף אלע בריוון.
איך בעט דיר טייערער ..., שטארק זיך מיט אלע דיינע כחות נישט צו ווערן צעפאלן, אפילו דער יצר הרע האלט דיר אין איין אראפ ווארפן, ער ווארפט דיר אראפ אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – איין מאל און נאכאמאל און אן א שיעור מאל, דאך זאלסטו צוריק קומען צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר און דיר מקרב זיין צו אים.
מוהרא"ש שרייבט (ארך אפים פרק ד', סבלנות לבחור): עס איז דא א מלאך הקדוש "עזריאל" וואס ער איז געשטעלט אין הימל ארויפצוטראגן די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס וויינען און שרייען און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין חתונה צו האבן און אזוי ארום ניצול ווערן פון עבירות. עס איז דא אין דעם גרויסע סודות וואס מען קען נישט אנטפלעקן, ווער דער מלאך איז און וואס זיין זאך איז (קוק עס נאך).
בעט איך דיר טייערער ליבער ..., זיי זיך נישט מייאש, הייב אן פונדאסניי, הייב אן נאכאמאל זיין אן ערליכער איד, און אפילו דו וועסט דארפן אנהייבן טויזנט מאל זאלסטו מאכן טויזנט התחלות, דער רבי האט דערציילט אז אין זיינע יונגע יארן האט ער געמאכט טויזנט התחלות אין איין טאג.
איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט זיך יעדן טאג מתבודד זיין מיט דעם:
"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וויפיל איך פרוביר צו זיין גוט ווער איך נאר מער און מער דערווייטער פון דיר. טאטע זיסער, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי ווייט פארקראכן פון דיר, העלף מיר איך זאל אפלאזן מיינע שלעכטע מעשים.
הייליגער באשעפער, איך האב א שטיקל לימוד זכות אויף מיר, נישט חס ושלום א תירוץ אויף וואס איך טו, נאר א שטיקל לימוד זכות. עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך און ריין ווילאנג איך בין אליין. איך וויל חתונה האבן, איך וויל א ווייב וואס זאל מיר אפהיטן פון שלעכטס, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אזוי לאנג אליינס, נישט אז דאס איז א תירוץ אויף מיינע מעשים. איך ווייס אז איך בין שולדיג, איך זאג דיר צו טאטע זיסער אז איך גיי מער נישט טון קיין שלעכטס, איך בעט דיר העלף מיר".
אזוי און נאך מער זאלסטו טענה'ן מיט'ן אייבערשטן, וועט קומען דער הייליגער מלאך און ארויף נעמען דיינע תפילות, און דו וועסט זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב.
דיין ראש ישיבה.