בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן די הודעה.
דאס וואס איר שרייבט אז איר האט נישט קיין וועג מיט אייער קינד, איר קענט אים נישט מחנך זיין, ער פאלגט נישט און ער נעמט ארויס די גאנצע כח וכו', איר שפירט ווי איר קענט מער נישט אנגיין.
נעמט די עצה פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן ב), דער רבי פלעגט יעדן טאג אינדערפרי איבערגעבן די טאג פארן אייבערשטן, אלעס וואס האט מיט אים, זיין ווייב און קינדער און אזוי ווייטער, אז אלעס זאל זיין גוט וכו'; אזוי איז גוט צו טון, און אזוי זאלט איר טון, זאגט: "אייבערשטער איך געב זיך איבער צו דיר, איך געב איבער מיינע קינדער און מיין מאן, איך קען נישט אליין, איך פאל פון מיינע כוחות, איך בין אפגעשוואכט, העלף מיך אז מיין זיסע קינד ... זאל מיך פאלגן, ער זאל זיך נישט קריגן מיט מיר און מיט די געשוויסטער..."
איר וועט זען, די טעג וואס מען געדענקט זיך איבערצוגעבן צום אייבערשטן – גייט אלעס געשמירט, און די טעג וואס מען פארגעסט – קען מען נישט דורכשטופן דעם טאג...