בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
איך האב זייער הנאה דיר צו זען לערנען בהתמדה רבה אזוי ווי אין דיינע ערשטע יארן ווען דו ביסט מקורב געווארן; א מחי' צו זען א אינגערמאן זעצט זיך אוועק אין ישיבה לערנען משניות אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.
די הייליגע חכמים זאגן (מנחות ק.) אויפן פסוק (מלאכי א, יא): "וּמִנְחָה טְהוֹרָה", אז דאס מיינט מען א מענטש וואס לערנט תורה, "נושא אשה", קודם האט מען חתונה, ואחר כך לומד תורה", און נאכדעם לערנט מען תורה; ווייל נאך די חתונה האט מען מער נישט קיין שלעכטע מחשבות, מען איז ריין, אויף דעם אופן קען מען לערנען תורה ריינערהייט.
יעצט אז דו האסט שוין ברוך ה' חתונה געהאט איז די בעסטע צייט אין לעבן צו לערנען.
ווען איך האב זיך דערוויסט פונעם רבינ'ס "סדר דרך הלימוד" נאך מיין חתונה, איז ממש געווען ביי מיר ביטול הבחירה; איך בין געזיצן און געלערנט זייער פלייסיג, איך פלעג זאגן א גאנצע סדר משניות א טאג און צענדליגער בלעטער גמרא. דאס איז געווען בשנת תשס"ה – פיר יאר נאך מיין חתונה; דאס איז א תקופה ווען מען האט נאכנישט קיין טרדות, די קינדער זענען נאך קליין וכו', מען האט שוין א זויבערע קאפ וכו' וכו' – ממש א מחי'.
דעריבער אז איך זע דיר אויסנוצן די צייט פריי איך מיר זייער.
טייערער ליבער ... נרו יאיר, דו האסט באקומען א מתנה א טייערע ווייב תחי', און נאך אביסל ביסטו שוין א טאטעלע, דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט דיר. זאלסט שטענדיג געדענקען ווען דו ביסט געווען א בחור אין וואלד און ווי דער אייבערשטער האט דיר געשיקט די זיבן בעטלערס וועלכע האבן דיר געגעבן ברויט און דיר חתונה געמאכט.
זע צו העלפן דיין ווייב, בפרט אין די יעצטיגע טעג ווען זי ווארט וכו', די טעג זענען שווערע טעג פאר א פרוי – בפרט אין אנהייב וכו', דארף מען זען צו העלפן אין שטוב; אסאך מאל דארף מען אליינס קאכן עסן אדער אהיימברענגען עסן וכו'.
איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר; אלע וואס העלפן די מוסד זע איך אין דעם זייער "הכרת הטוב", אז זיי געדענקען וואס די מוסד האט געטון פאר זיי. דאס וואס איך טו, איך ארבעט טאג און נאכט מיט בחורים, אינגלעך און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך וכו' וכו' אן קיין שום אינטערעסע, דאס טו איך נאר ווייל איך געדענק וואס דער רבי האט געטון מיט מיר.
איך קום יעצט פון הייליגן רבינ'ס ציון; איך בין צוויי מאל געווען אין אומאן. מיר זענען אוועק געפארן פון אומאן פינף אזייגער פארטאגס צו כאפן די פליגער עלעף אזייגער פארמיטאג, אינמיטן וועג האבן מיר באקומען א ידיעה אז דער פליגער פארט הערשט אכט אזייגער ביינאכט, זענען מיר צוריק געפארן קיין אומאן; יעצט זיץ איך אין ערפארט פון אכט אזייגער, ווייל פון אכטע האט זיך עס אפגעשטופט אויף עלעף אזייגער ביינאכט.
וואס מיינסטו האב איך געטון אין אומאן? איך האב געזאגט פארן רבי'ן איין זאך: "רבי, יישר כח פאר מיין לעבן!" דאס האב איך איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל ווען טרערן פון שמחה זענען מיר גערינען פון מיינע אויגן. אויך אין יבנאל האב איך דאס געזאגט פאר מוהרא"ש: "יישר כח מוהרא"ש פאר מיין לעבן"; איך וועל מיין גאנץ לעבן ווייטער משמש זיין מוהרא"ש און דעם רבי'ן – דערציילן פאר יעדן איינעם פון די זיסע לעבן וואס דער רבי געבט אונז.
איך וויל דיר דערציילן א מעשה וואס מיר האבן יעצט געהאט אין עירפארט; מיר זיצן דא שוין פאר לאנגע שעות, איך, מיין ווייב און מיינע דריי עלסטע קינדער; דער פליגער פארט נישט און שטופט זיך אלץ אפ מער און מער, אזוי זיצנדיג רוף איך זיך אן פאר מיין ווייב און איך זאג איר: "ווען איך בין ווען נישט מקורב צו מוהרא"ש וואלסטו געווען שולדיג אז דער פליגער האלט זיך אין איין אפשטופן"; מיינע קינדער קוקן מיר אן און פארשטייען נישט וואס איך רעד, וואס האט צו טון מוהרא"ש מיט די פליגער-פארשפעטיגונג מיט מיין ווייב?! האב איך זיי פרובירט מסביר צו זיין ווי אזוי מענטשן לעבן, אז אפילו די וואוילע מענטשן וואס האבן כלומ'ריש שלום בית איז דאס ווילאנג אלעס גייט מער ווייניגער אויפן סדר היום, אבער ווען עפעס גייט ארויס פון זייער וועג – ווער איז שולדיג? די ערשטע איז שולדיג די ווייב, און אויב די ווייב לאזט זיך נישט כאפן די קינדער; בקיצור מיינע קינדער האבן דאס נישט געוואלט פארשטיין, ברוך ה' אז זיי ווייסן נישט וואס איך רעד.
עס גייט נישט אריבער מער ווי אביסל צייט און עס קומט אן א משפחה – א מיטליעריגער איד מיט זיין ווייב און קינדער, אינמיטן באמערקט דער איד אז ער האט פארגעסן זיין רעקל און מאנטל אין שטוב, ער איז געווען אנגעטון נאר מיט א מעיל (רעגן מאנטל); דער איד הייבט אן שרייען אויף זיין ווייב: "וואו איז מיין רעקל? ווי אזוי וועל איך קענען גיין אין גאס?!" זיין ווייב האט זיך אנגעהויבן צו פארענטפערן אז זי האט געמיינט אז ער האט אן זיין רעקל אונטערן מעיל, און ער שרייט אויף איר: "וואס רעדסטו? שווייג!" בקיצור מיינע קינדער קומען צו צו מיר און זאגן מיר אז יעצט פארשטייען זיי שוין וואס איך האב פריער געזאגט פאר מאמי אז ווען נישט מוהרא"ש וואלט זי געווען שולדיג אינעם פארשפעטיגונג; דאס געדענק איך און דערפאר וועל איך במשך מיין גאנצע לעבן ווייטער ממשיך זיין צו פארשפרייטן פאר אלעמען די שיינע עצות און ווי שיין מען קען לעבן דורכן הייליגן רבי'ן.
ווי פריער דערמאנט קום איך יעצט פון רבינ'ס ציון; איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען, ביים ציון זיצן אורחי פורחי, אלע וואס קומען זיך נישט אויס מיט די ווייב אדער די וואס האבן זיך פארפלאנטערט מיט חובות און האבן געדארפט אנטלויפן - די זיצן דארט, עס פעלט א ראש בית וואס זאל זיי אלעמען פארטרייבן פון דארט, אזוי ווי רבי אברהם בן רבי נחמן פלעגט פארטרייבן די אלע וואס פלעגן זיך אריין זעצן אין אומאן, ער פלעגט זיי זאגן: "אומאן איז נישט קיין ערי מקלט; אז דו קומסט זיך נישט אויס מיט דיין ווייב איז נישט אומאן דאס פלאץ וואו צו קומען"; האב איך געזען די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר אז איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש – קודש קדשים.
באמת האט מיר דאס צוריק געהאלטן פון מקורב ווערן צו ברסלב, ווייל פון אלץ יונג בחור'ל האב איך געצויגן צו ברסלב, אבער ביז איך האב נישט געפונען דעם ספר "אשר בנחל" וואס זאל מיר אויסקלארן וואס ברסלב איז, האב איך נישט געקענט נעמען ברסלב.
איך האב דיר נאך אסאך וואס צו שרייבן, אבער איך זיץ נישט דא באקוועמערהייט ביי א טיש און בענקל, איך שטיי ביי א קאונטער וואו מען טשעקט אריין, דא שרייב איך, דעריבער דארף איך מקצר זיין.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט דיינע גוטע מעשים; יעצט קומט דער יום טוב חנוכה, וואס מיר גייען לויטן שיטת בית הלל צו זיין "מוסיף והולך", מען דארף אלץ פארמערן נאך נירות, נאך ליכטלעך, נאך פעולות אז נאך אידן זאלן וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב און ווארט פאר דיין הצלחה.
...