בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען עס קומט צו פרעגן הלכה שאלות, טאר מען זיך נישט שעמען
שאלות, עזות, בושה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בושה איז א גוטע מידה, א שיינע מידה און א אידישע מידה; איינע פון די אידישע סימנים איז זיין שעמעדיג. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות עט.): דריי סימנים איז דא ביי אידישע קינדער, "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים"; אבער וויסן זאלט איר אז עס איז דא צייטן וואס מען דארף אוועקלייגן די בושה און מען דארף זיך באנוצן מיט עזות דקדושה, ווען עס קומט צו פרעגן שאלות טאר מען נישט זיין שעמעדיג, ווען עס קומט צו רעדן צום דיין דארף מען לייגן אלע געפילן אין דער זייט, מען דארף רעדן קלאר און דייטליך, אים דערציילן אלע פרטים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", דער וואס שעמט זיך צו פרעגן - ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן; יעדע שאלה וואס מען האט - מוז מען פרעגן אן ערליכן מורה הוראה, נאר אזוי קען מען בויען א אידישע שטוב.


איר שרייבט אז עס איז אייך זייער שווער, איר ענדיגט נישט מיט אייערע שאלות וכו' וכו'; איר האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט'ן דיין און איר קענט נישט ענדיגן וויינען, עס איז אייך אזוי שווער נאכאמאל אנהייבן מיט די הלכות, איר שרייבט אז איר דארפט אפאר ווערטער פון חיזוק איר זאלט זיך קענען שטארקן.


וויסן זאלט איר, א פרוי וואס היט זיך, זי פירט זיך מיט די תורה - וועט זי באקומען זייער אסאך שכר. זי וועט זען שיינע ערליכע דורות, אירע קינדער וועלן זיין געזונט און ערליך. די הייליגע חכמים זאגן זייער שארף אויב מען האלט נישט די הלכות און זיי זאגן צו זייער א גרויסע שכר פאר די וואס האלטן די הלכות.


דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (שבועות יח:) ווער עס היט נישט די הלכות: "אֲפִילוּ הַוְיָין לוֹ בָּנִים כִּבְנֵי אַהֲרֹן - מֵתִים", אפילו ער האט קינדער אזוי גרויס ווי די קינדער פון אהרן הכהן - וועלן זיי שטארבן, און רבי יוחנן זאגט, דער וואס היט יא די הלכות: "הַוְיָין לוֹ בָּנִים זְכָרִים", און נישט סתם קינדער, נאר רבי יהושע בן לוי לייגט צו, ער וועט זוכה זיין צו "בָּנִים רְאוּיִין לְהוֹרָאָה", צו קינדער וואס זענען אזוי חשוב, צו קענען פסק'נען שאלות, און אזוי זאגט דער רבי (ספר המידות אות בנים, סימן מד): "כָּל שֶׁאֵינוֹ פּוֹרֵשׁ מֵאִשְׁתּוֹ סָמוּךְ לְוִסְתָּהּ, אֲפִלּוּ הֲוֵי לֵהּ בָּנִים כִּבְנֵי אַהֲרֹן - מֵתִים. וְכָל הַפּוֹרֵשׁ, הַוְיָן לֵהּ בָּנִים זְכָרִים וּרְאוּיִין לְהוֹרָאָה".


וואויל איז דעם וואס רירט זיך נישט אוועק פון די תורה, דער וועט זוכה זיין צו אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.