בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר
שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט, דו לערנסט און דאווענסט זייער שיין, דיין התנהגות איז אויסנאם, דו מאכסט נאר נחת פאר אלעמען.
זיי ממשיך אין הפצה, גיי ווייטער מיט א שטארקייט און א שטורעם פארפלייצן די ספרים, קונטרסים, גליונות, קארטלעך, סידיס וכדומה לזה; דאס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.
איך וויל דיר אבער בעטן, קריג זיך נישט מיט קיינעם; אז איינער איז אן עזות פנים, איינער צערייסט די ספרים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם"; דאס וועט סיי ווי מקוים ווערן, דו קריג זיך נישט.
איך האב נישט ליב צו הערן דיינע מעשיות ווי דו האסט דעם אויסגעבויגן דעם האנט און יענעם צובלוטיגט, אפילו דו זאלסט זיין הונדערט פראצענט גערעכט; דאס איז נישט אונזער וועג, אונזער וועג איז ישמע בזיונו ידום וישתוק.
דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר די כבוד פון צדיקים; עס איז דא אזויפיל שרעקעדיגע מעשיות פון מענטשן וואס האבן באקומען א שרעקליכער עונש פון פארשעמען א איד, פארשעמען א מפיץ. איך ווייס א מעשה, איינער האט צעריסן אין בית המדרש בפני קהל ועדה ספרים פון מוהרא"ש מיט א מורא'דיגער בזיון און גלייך נאכדעם האט ער זיך בטעות אפגעזויגן מיט אן עלעקטערישער זעג זיינע פינגערס השם ישמרינו; אזוי זענען דא כמה מעשיות פון שווערע עונשים לא עלינו.
דו גיי ווייטער הפצה, זיי מחזק אידישע קינדער, גיי מיט א שטאלץ מיט'ן גאנצן שטורעם, אבער אז דו טרעפסט א שיכור, א מנוול - זאלסטו נישט זוכן צו מנצח זיין, נאר מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז קלוג.
איך האף דו וועסט מיר דערציילן פון היינט און ווייטער שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן זיך באדאנקט, און שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן דיר פארשעמט און דו האסט נישט געענטפערט.
רבי נתן האט געהאט די מעגליכקייט צו פארשיקן זיינע מתנגדים קיין סיביר, דאך האט ער געזאגט: "איך וויל נישט, איך וויל ענדערש זיין פון די גע'רודפ'טע ווי איידער זיין פון די וואס רודפ'ן יענעם".
בשעת דו גייסט הפצה זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זינג, ברום, מורמל ארויס שטילערהייט ווערטער - וועסטו נישט ווערן גערעגט אויב מען נעמט נישט.