בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב פאר דיר א גרוס פון אונזערע מוסדות, סיי פון די חדר, סיי פון בית פיגא און פון ישיבה; איך בין אזוי איבערגענומען פון די וועג ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער מיט אזא איבערגעגעבנקייט, און פון די לימודים וואס מען לערנט; די אמונה, די יראת שמים און מידות טובות, און איך האף אז דו באדאנקסט זיך פאר די מלמדים פון דיינע קינדער, פאר די טיטשערס, קאונצלערס, באס דרייווערס און אזוי ווייטער וכו'.
נעכטן איז געווען א חתונה פון א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא; מיר איז נישט גרינג צו פארן צו שמחות, יעדן טאג איז דא שמחות, איך פאר נישט צו קיין שמחות, אבער דא בין איך יא געפארן קיין קרית יואל צו זיין ביי די חתונה, ווייל דער בחור איר פאר א לאנגע צייט געווען אין שטעטל צו קענען העלפן די מוסד, ער האט געפירט א באס מיט א געטריישאפט, און אויך די כלה איז געווען די גאנצע יאר א טיטשער אין אונזער סקול אין קרית יואל, עס איז נישט גרינג געווען צו זיין א טיטשער פאר די קליינע מיידלעך, זיצן א יאר אן קיין חבר'טעס, נאר צו העלפן די מוסד; צוליב דעם בין איך געפארן זיין ביי זייער חתונה, איך בין געווען ביי די חופה און געליינט די כתובה, ווייל ביי מיר איז די מוסד זייער באליבט, און ווער עס העלפט מיר אין די מוסד - ווערט מיר זייער באליבט און איינגעקריצט אין הארץ.
אויך יעצט ווען די מוסד ווערט גרעסער האלט איך מיט יעדע קליינקייט, איך באקום א באריכט יעדן טאג פון די מנהלים, סיי פון ארץ ישראל, סיי פון שטעטל, און פון די ישיבה; סיי פון ארץ ישראל און פון שטעטל; דאס איז ביי מיר דער עיקר, און דאס איז מיין ערשטע און וויכטיגסטע זאך, אז די קינדער זאלן באקומען די בעסטע חינוך; דעם רבינ'ס חינוך אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.