בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זוך א מקוה וואס איז ליידיג
מקוה, קדושה, משניות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי צעשוידערט פון ליינען וואס דו ביסט אריבער אלס יונגער בחור פון רוצחים וואס האבן דיך מטמא געווען אין מקוה; ווי קען זיין אזא זאך פאסירן, נאכדערצו ביי די שענסטע און פרומסטע קהילה? וואס איז פשט?! קיינער זעט נישט? נישטא קיין מקוה איד? נישטא קיין גבאים? אלעס איז הפקר?! ווי קען זיין א מקוה אינמיטן שטאט וואו הונדערטער אידן גייען א טאג און עס זאל פאסירן בריש גלי אז מען איז מטמא בחורים.


יעצט ווען דיין טעראפיסט זאגט דיר זאלסט נישט גיין אין מקוה, ווייל דו ביסט נעבעך קראנק מיט די מחלה פון (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", דו קוקסט ווי א משוגע'נער רחמנא לצלן, דו ווילסט וויסן אויב דאס שטימט מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; ענדערש זאלסטו יא גיין אין מקוה, נאר זוך א מקוה וואס איז ליידיג, זוך א צייט וואס איז ליידיג, וועט דיר זיין גרינגער.


אז דו ווילסט געהיילט ווערן פון די טומאה, זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. ווייל ווען מען זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן גייט דער פגם צו די מח. אזוי ווי דער זוהר זאגט (משפטים קי): "סליקא דיסודא עד אבא ואמא", מען פארלירט די מוחין, און דאס קען מען צוריק באקומען דורך לערנען משניות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד, און ווי מוהרא"ש זאגט אז ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.