בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זוכן פרנסה איז נישט קיין חסרון אין אמונה
מקוה, חינוך הילדים, פרנסה, השתדלות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט ריכטיג וואס דו זאגסט אז בעטן מענטשן מען זאל דיר שיקן ארבעט - איז א חסרון אין אמונה; בעטן מענטשן זאלן געבן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אין אמונה, עס איז א חסרון אין קאנפידענס, א חסרון אין גלייבן אין זיך; מען מעג בעטן און מען דארף בעטן פאר ארבעט.


קענסט דאך זאגן נאך מער, אפשר זאלסטו בכלל פארמאכן דיין ארבעט און מער נישט ארבעטן ווייל עס איז א חסרון אמונה? נאר וואס דען, ארבעטן און זוכן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אמונה, דער אייבערשטער זאגט מען זאל ארבעטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי דברים פרק טו, פיסקא קנח) אויפ'ן פסוק (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", דער אייבערשטער בענטשט אונז מיר וועלן זען א ברכה אין אונזער ארבעט, "יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל", וועסטו מיינען אז מען דארף נישט ארבעטן, מען קען זיצן ליידיג? "תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", אויף דעם שטייט מען זאל טון.


אודאי זאלסטו אנרופן אלע וואס דו האסט זיי געגעבן פרייזן זיי פרעגן פארוואס זיי נעמען דיר נישט, אויב ביסטו צו טייער זאלסטו אראפקומען מיט די פרייז. דער עיקר זאלסטו זיך נישט פארלאזן אויף די ארבעט אז דאס איז דיין מקור הפרנסה, זאלסט זיך נישט פארלאזן אויף מענטשן; זיך פארלאזן אויף מענטשן איז א חסרון אמונה, פארלאז זיך אויפ'ן אייבערשטן.


קענסט נעמען זייטיגע ארבעט כל זמן עס קומט נישט אריין קיין ארבעט פאר דיר ביים בויען. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם בעל בטחון, עס האט אים געפאסט צו נעמען אלע סארט ארבעט - אבי ער זאל קענען אהיים ברענגען פרנסה; האב נישט מורא צו נעמען ארבעט אינדערזייט, אפילו עמטליך ביסטו א גרויסער קאנטראקטאר.


בנוגע נעמען קינדער אין מקוה; מיר נעמען ערב שבת קינדער פון קליינערהייט אן - אין מקוה, אבער מען טוט דאס אין די צייט ווען עס איז נישט איבערגעפילט מיט מענטשן, בדרך כלל אין אנהייב האבן די קינדער נאך מורא זיך איינטונקען די קאפ, מען הייבט אן קודם אז זיי זאלן אריינקומען אין מקוה זיך טובל'ן ביזן האלז, אזוי מיט דער צייט גייט אוועק די פחד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.