בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיין אליין איז נישט קיין עסק, מען דארף חתונה האבן
קינדער, שידוכים, חתונה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט אויף וואס דו מעגסט זיך שטעלן ביי זיווג שני; די אלע זאכן אויף וואס דו שטעלסט זיך איז זייער שיין און זייער פיין, אבער קוק זיך אן, קוק ווי די יארן גייען אריבער; שוין אזויפיל יאר וואס דו ביסט אליין, עולם חשך בעדך, פארוואס זאלסטו נישט חתונה האבן? אזוי ווי די הייליגע תורה זאגט, (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין אליין, נישט חתונה געהאט; וואס איז דער זאך פון זיך קלויבן? מען דארף חתונה האבן, טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


זיין אליין איז נישט קיין עסק. דאס וואס דו זאגסט וועגן דיינע קינדער; געלויבט דעם אייבערשטן, דיינע קינדער זענען מסודר, זיי האבן אלע ווארעמע שטיבער ווי זיי האדעווען זיך; יעצט איז די צייט פון קוקן אויף זיך, דו דארפסט חתונה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.