בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - וואס יא און נישט אונטערצושרייבן פאר זיווג שני
שידוכים, הדרכות, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די תנאים וואס זיי ווילן זיך אויסנעמען מיט דיר.


דאס וואס דו פרעגסט אויב דו זאלסט אונטערשרייבן אזעלכע תנאים; ווי קען מען אפילו בעטן אזא זאך פון א טאטע, אז מען איז גרייט צו מאכן א שידוך בזיווג שני, נאר אז מען שרייבט אונטער בכתב א תנאי אז די קינדער פון די ערשטע ווייב וועלן נישט וואוינען מיט אים?


איך פארשטיי אז די שידוך וואס מען רעדט דיר, זי האט נאכנישט קיין קינדער, זי וויל אנהויבן דאס לעבן פון ניי, און אז דו וועסט קומען מיט דיינע קינדער וועט דאס אוועק נעמען פון די נייע שטוב, אבער ווי קען מען בעטן אזא זאך? ווי קען מען זאגן א טאטע זאל אונטערשרייבן נישט צו האבן די קינדער מיט זיך? דו טארסט נישט אונטערשרייבן די תנאי.


איך האלט עס איז א גוטע שידוך, זאג דעם שדכן דו ווילסט גיין ווייטער, און דו זאלסט אונטערשרייבן די תנאי א', ווי צום ביישפיל "וואו צו וואוינען", און אויף סעיף ו': "אז דו וועסט נאכאמאל לערנען ווי מען לעבט א חתונה געהאטע לעבן" - דאס זאלסטו אויך אונטערשרייבן, אבער אויף סעיף ב' "אז דיינע קינדער וועלן נישט קענען וואוינען ביי דיר אין שטוב"; ווי קענסטו אזא זאך אונטערשרייבן? ווי קען מען זאגן פאר א טאטע אדער א מאמע: 'דו דארפסט פארשיקן דיינע קינדער? און אזוי אויך אויף סעיף ג': "אז די הויז זאל זיין א פרישע שטוב וואס האט גארנישט מיט דיינע קינדער פון די ערשטע ווייב, דהיינו זי זאל נישט האבן קיין עול און אחריות ווי א מאמע אויף דיינע קינדער (נאר ווי א מומע), זיי קענען קומען באזוכן אויף א קליינע צייט אבער נישט איינשטיין עמטליך"; די חלק אז זי וועט נישט זיין זייער מאמע איז פארשטענדליך, אבער אז דיינע קינדער וועלן נישט קענען זיין ביי דיר, ווי קען מען אזא זאך זאגן? העכסטנס אז מען זאגט די ערשטע האלבע יאר נאך די חתונה וועלן ענק זיין אן די קינדער - דאס קען זיין, אבער אונטערשרייבן פערמינאנט אז דיינע קינדער קענען נישט זיין ביי דיר - הישמע כזאת? עס איז מיר א פלא אז די עלטערן פארלאנגען דאס!


אויף סעיף ד': "אויב ענק וועלן פארן קיין חוץ לארץ וואו די קינדער וואוינען, זאל מען נישט ארויסנעמען א גרויסע דירה וואו די קינדער קענען קומען איינשטיין דארט, נאר מען זאל איינשטיין ביי א צווייטן" - אויף דעם זאלסטו אויך נישט אונטערשרייבן, און אויף סעיף ה': "אויב דו וועסט דארפן שאפן געלט צו חתונה מאכן דיינע קינדער, זאלסטו נישט קומען קיין אמעריקע נאך געלט און איר איבערלאזן, נאר פארשאפן געלט דארט, אדער דורכ'ן טעלפאן" - דאס קענסטו אינטערשרייבן, און אויף סעיף ו': "אז דו זאלסט גיין נעמען פון פריש הדרכה אויף חתונה האבן (א הדרכה וואס איז צוגעפאסט לויט א זיווג שני) - אויף דעם קענסטו אונטערשרייבן.


מען דארף חתונה האבן און מען דארף אראפגיין א טרעפל, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "נְחוֹת דַּרְגָּא וּנְתִיב אִיתְּתָא", גיי אראפ א טרעפל און האב חתונה; אויב איז מען געלונגען דארף מען אראפ גיין א טרעפל, דאס הייסט מען זאל נעמען א שידוך אפילו עס איז ווייניגער חשוב וכו', אבער חתונה האבן און אוועק ווארפן די אייגענע קינדער - אויף דעם זאלסטו נישט אונטערשרייבן, זאלסט בלייבן א געטרייער טאטע פאר דיינע קינדער און זיי שטיין צו די רעכטע האנט. (איך האב גערופן מיין טאטע קארלסבורגער רב שליט"א, ער האט מיר אויך אזוי געזאגט).


איך פארשטיי אז אמאל דארף מען פארשיקן די קינדער פון זיווג ראשון ווען זיי פירן זיך מיט חוצפה צו די שטיף מאמע, דאס איז שכל'דיג, מען מוז זיך אננעמען פאר די ווייב, מען מוז פארלאנגען פון די קינדער אז זיי מוזן רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ צו זייער שטיף מאמע, און אז זיי קענען נאר וואוינען אין שטוב אויב זיי זענען מכבד די מומע (שטיף מאמע), און אזוי דארף מען טאקע טון, און אזוי האבן מיר געדארפט אמאל פארשיקן קינדער וואס האבן געלאכט אין פנים פון די שטיף מאמע, און מיר האבן געדארפט פארשיקן די קינדער, אבער גיין זאגן לכתחילה אונטער שרייבן אוועק ווארפן די קינדער פערמינאנט - דאס איז נישט געהערט געווארן.


ווען דו האסט מיר געשיקט די פראגע האב איך גלייך געטראכט דאס וואס די הייליגע חכמים דערציילן (פסחים פז.), ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר הושע הנביא: "בניך חטאו", דיינע קינדער האבן געזינדיגט, די גמרא זאגט דער נביא וואלט ווען געדארפט ענטפערן פארן אייבערשטן, אייבערשטער, דאס זענען נישט מיינע קינדער, דאס זענען דיינע קינדער "בני חנוניך הם", דאס זענען דיינע טייערע באליבטע קינדער, "בני אברהם יצחק ויעקב", קינדער פון אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו, "גלגל רחמיך עליהן", דריי איבער די כעס אויף רחמנות, און שוין זיי; נישט נאר דאס האט דער נביא נישט געזאגט, נאר ער האט געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם די גאנצע וועלט איז דאך דיינס, נעם א צווייטע פאלק פאר דיינע קינדער, און מאך זיי אויס קינדער".


די גמרא זאגט ווייטער, דער אייבערשטער האט געזאגט, וואס קען איך טון אז הושע הנביא זאל כאפן און פארשטיין אז ער איז נישט גערעכט? איך וועל אים זאגן ער זאל חתונה האבן מיט א נישט ערליכע פרוי, וואס גייט מיט פרעמדע, און מען קען נישט וויסן אויף די קינדער וועמענ'ס קינדער זיי זענען, און נאכדעם וועל איך אים הייסן ער זאל זיך גט'ן, און אויב וועט ער דאס טון - "אף אני אשלח את ישראל" וועל איך דאס אויך טון, און דער אייבערשטער האט אים געזאגט בנבואה ער זאל אזוי טון, ער האט געפאלגט און ער האט געהאט צוויי זין מיט איין טאכטער, נאכדעם איז דער אייבערשטער געקומען צו אים בנבואה און געזאגט ער זאל זיך אפטיילן פון איר, האט הושע גע'טענה'ט צום אייבערשטן: "יש לי בנים ממנה", איך האב קינדער פון איר, "ואין אני יכול להוציאה ולא לגרשה", איך קען מיך נישט גט'ן פון איר, האט דער אייבערשטער אים געזאגט: מה-דאך דו, וואס דיינע קינדער זענען נישט זיכער אז דאס זענען דיינע קינדער, דאך זאגסטו דו קענסט זיי נישט אוועק נעמען פון דיר, "ישראל" אידישע קינדער, "שהן בני", וואס זענען מיינע קינדער, "בני בחוני", מיינע קינדער וואס איך האב זיי אויספרובירט מיט נסיונות און זיי זענען מיר געבליבן געטריי, "בני אברהם יצחק ויעקב", קינדער פון די אבות הקדושים, "אחד מארבעה קנינין שקניתי בעולמי", איינע פון די פיר זאכן וואס דער אייבערשטער האט געברענגט ביים באשאפן די וועלט, "ואתה אמרת העבירם באומה אחרת", און דו זאגסט מיר איך זאל זיי אויפטוישן מיט א צווייטע פאלק? זאגט די גמרא ווען הושע הנביא האט פארשטאנען אז ער האט נישט גוט געטון האט ער אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים מוחל זיין, און דער אייבערשטער זאגט אים, פארוואס ביסטו מתפלל פאר דיר, ערשט זאלסטו מתפלל זיין פאר אידישע קינדער, האט דער נביא געבעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און דער אייבערשטער האט אוועק גענומען די גזירה.


זאג דעם שדכן אז דו ביסט גרייט צו חתונה האבן און צו זיין א געטרייע מאן און דו ביסט גרייט צו גיין וואוינען וואו זי וויל נאר, און אלעס טון פאר איר, אבער דיינע קינדער קענסטו נישט און וועסטו נישט אוועק ווארפן.


זאג דעם שדכן דעם אמת, אז דיינע קינדער זענען סיי ווי נישט ביי דיר, זיי זענען סיי ווי ביי די מאמע, און אז די מאמע העצט זיי קעגן דיר וכו', איז במילא נישט שייך די אלע תנאים, אבער אז דער אייבערשטער וועט העלפן און דיינע קינדער וועלן זיך איבערבעטן מיט דיר און זיי וועלן קומען צו דיר - זאלן זיי קענען קומען צו דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - זיין אליין איז נישט קיין עסק, מען דארף חתונה האבן
קינדער, שידוכים, חתונה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט אויף וואס דו מעגסט זיך שטעלן ביי זיווג שני; די אלע זאכן אויף וואס דו שטעלסט זיך איז זייער שיין און זייער פיין, אבער קוק זיך אן, קוק ווי די יארן גייען אריבער; שוין אזויפיל יאר וואס דו ביסט אליין, עולם חשך בעדך, פארוואס זאלסטו נישט חתונה האבן? אזוי ווי די הייליגע תורה זאגט, (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין אליין, נישט חתונה געהאט; וואס איז דער זאך פון זיך קלויבן? מען דארף חתונה האבן, טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


זיין אליין איז נישט קיין עסק. דאס וואס דו זאגסט וועגן דיינע קינדער; געלויבט דעם אייבערשטן, דיינע קינדער זענען מסודר, זיי האבן אלע ווארעמע שטיבער ווי זיי האדעווען זיך; יעצט איז די צייט פון קוקן אויף זיך, דו דארפסט חתונה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#9 - מוותר זיין אויף די געלט אבי די קינדער זאלן האבן איין וואוינונג
קינדער, אידישע שטוב, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו און דיין אשת חיל, ביידע פון ענק - ארבעטן איבערמידליך אז די קינדער זאלן האבן א גוטע שטוב, א רואיגע שטוב, און דו זארגסט פאר אירע קינדער און זי זארגט פאר דיינע קינדער, א מחי' צו זיין אין א שטוב וואו עס איז דא שלום. מען שפירט דעם אייבערשטן אין אזא שטוב; ווייל דער אייבערשטער רוט דארט וואו עס איז דא שלום.


אז מען נעמט אריין אין שטוב דעם אייבערשטן - איז אלעס גרינגער. מען קען טון און מאכן, די כח נוצט זיך נישט אויס, עס איז א בחינה פון קודש הקדשים וואס איז געווען למעלה מן המקום. אויב חס ושלום מען פארגעסט פונעם אייבערשטן - דעמאלט איז שווער אפילו מיט איין קינד, און אפילו אן קינדער; אן דעם אייבערשטן איז יעדע ריר ביטער שווער.


בנוגע וכו'; דאס בעסטע פאר די קינדער איז - זיי זאלן זיין אין איין פלאץ, ביי איין שטוב, און יעדע צווייטע שבת קענען זיי גיין צום אנדערן. דאס הייסט, אויב זיי וואוינען ביים טאטען - זאלן זיי וואוינען ביי אים און גיין יעדע צווייטע שבת צום מאמען, און אז מען וואוינט מיט די מאמע - קען מען גיין יעדע צווייטע וואך צום טאטן.


קינדער זענען נישט קיין באלי, זיי קענען נישט וואוינען א האלבע וואך דא און א האלבע וואך דארט, דאס ארבעט נישט, בשום אין אופן; קינדער דארפן האבן איין שטוב, א ווארעמע וואוינונג און אן אפגעהיטענע וואוינונג.


לאז זיך נישט, געב אכטונג אויף די קינדער, און אויב די סיבה פארוואס יענער פארדריידט דעם קאפ איז ווייל ער וויל זיך פטר'ן פון צאלן קינדער געלט - זאלסטו מוותר זיין אויף די געלט אבי די קינדער זאלן האבן איין וואוינונג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#8 - שבתון'ס איז נישט קיין גוטע זאך
חברים, שידוכים, משפחה, שבת התוועדות, שולד געפילן, סדר היום, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


זיי פעלזן פעסט צו בלייבן ערליך, גיי נישט צו די שבתים פון גרושים. בני, אל תלך בדרך אתם, דו וועסט פאלן פון דיין יראת שמים.


בכלל איז שבתון'ס נישט קיין גוטע זאך, קיין גוטס קומט נישט ארויס פון דעם. מיט אלע הסכמות, מיט אלע רעדנערס, בדחנים, טערעפיסטן - קומט נישט ארויס קיין גוטס פון דעם, הלוואי זאלן קומען רבנים און דאס מבטל זיין כעפרא דארעא.


בלייב שבתים ביי דיין טאטע אין שטוב, אדער גיי צו א ברודער, א שוואגער, א זיידע און בקרוב וועסטו טרעפן דיין שידוך.


ביינאכט גיי שלאפן, גיי נישט צו קיין פארטיס. האלט זיך שטארק, עס ווארט דיר גוטע טעג.


באשולדיג זיך נישט און באשולדיג נישט דעם אייבערשטן. דאס וואס דו האסט חתונה געהאט וכו' און זיך געדארפט גט'ן וכו' - איז נישט דיין שולד; פארוואס און פארווען - ווייסן מיר נישט, מיר גלייבן אז אלעס איז לטובה.


 

#7 - די זאך פון סעקירן די ווייב נאכאנאנד, איז א שגעון
אמונה, שלום בית, משניות, מוסר, ספרי ברסלב, טשעפען, זיווג שני, נערווען, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים אז דו האסט א וואוילע ווייב, האסט אזוי גוט חתונה געהאט און הער אויף זוכן איר צו פאררעכטן.


די זאך פון סעקירן די ווייב נאכאנאנד - איז א שגעון, דאס האט נישט מיט אידישקייט, דאס איז בלויז נערווען; מער ווי איין מאל דערמאנען זיך צו פאררעכטן די צודעק איז שוין נערווען. אז דו ווילסט פאררעכטן - זאלסטו זוכן אין דיר וואס דו קענסט טון צו ווערן בעסער, לאז איר אפ; אז דו וועסט איר ווייטער דערמאנען יעדע סעקונדע וועגן איר צודעק - וועט זיין נישט גוט. א פרוי האט נישט ליב ווען מען זאגט און סעקירט, בפרט ביי זיווג שני. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט נאכאמאל חתונה געהאט, צו אן ערליכע פרוי; זי איז דיר געטריי, זי איז צו דיר גוט - זאלסטו נישט זוכן ווי צו טרעפן א האר וואס שטעקט זיך ארויס איר צו קענען סעקירן.


מען דארף זיך נישט אוועקדרייען די פנים פון די ווייב ביי קידוש וכדומה צוליב א חשש אז עס זעט זיך ארויס א האר. אז דו וועסט זיך אוועקדרייען דיין פנים ביי קידוש און ביי ברכת המזון - וועט זי זיך אינגאנצן אוועקדרייען פון דיר וכו', און אז דו וועסט אויפהייבן דיין קול, דו וועסט שרייען - וועט זי אוועקלויפן פון דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:), די גאנצע פרשה פון פלגש בגבעה האט זיך אנגעהויבן מיט אזא מעשה, פון ווארפן א פחד אויף די ווייב, אויך א מעשה מיט א האר; זי איז אנטלאפן פון איר מאן נאכדעם וואס ער האט געווארפן א שרעק וכו' וכו'.


מאך זיך א שיעור אין משניות; זאגן פרקים משניות קילט אפ די נערווען, עס מאכט רואיג און עס גראדט אויס די קאפ און מח מען זאל וויסן ווי אזוי צו לעבן. אויך זאלסטו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, ספר לקוטי מוהר"ן, דאס נעמט אוועק די כח המדמה, מען הויבט אן לעבן מיט אמונה, מען הויבט אן לעבן מיט שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - מיט וואוילע טאטע און מאמע, ווערן די קינדער נאר בעסער
קינדער, שידוכים, דירה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אז איר ווילט וויסן אינפארמעישן אויף האברך ... נרו יאיר; ער איז א גוטער מענטש, ממש כליל המעלות, איך בין זייער זייער איבערגענומען פון אים. יעדע מאל איך רעד מיט אים ווער איך פריש איבערגענומען פון אים, ער איז א שטיק איידלקייט, א שטיק ערליכקייט, א שטיק גוטע מידות; איך זאג אייך דעם אמת, עס איז נישטא צופיל מענטשן זיינ'ס גלייכן.


בנוגע אייער פראגע וואס וועט זיין מיט אייערע קינדער און זיינע קינדער? איר זארגט זיך פאר אייערע קינדער, אויב זיי וועלן האבן א ירידה דורך זיינע קינדער וכו' וכו'; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס נישט שאטן, אלע וועלן נאר שטייגן. א שטוב וואס איז דא דארט א וואוילער טאטע און א וואוילע מאמע - ווערן די קינדער נאר מערער און בעסער, ווידעראום א שטוב וואס איז ליידיג, עס איז נאר דא א טאטע אדער מאמע, ווי גוט די קינדער זענען - קענען זיי זיין נאך מער, און זיכער אין געזונט; אינו דומה קינדער וואס וואקסן אויף אין א געזונטע שטוב מיט א טאטע מאמע וואס לעבן מיט ליבשאפט - ווי קינדער וואס וואקסן אויף אליינס.


בנוגע זיך אריבערציען אין אן אנדערע שטאט וכו'; דאס ווייס איך נישט, איך קען אייך נישט ענטפערן; דאס דארפט איר פרעגן אייער רב.


כל טוב.

#5 - שמועס דיך אויס מיט'ן אייבערשטן יעדעס מאל נאכאמאל פון אנהויב
תפילה והתבודדות, שידוכים, התחדשות, זיווג שני, גרים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די שידוך וואס מען רעדט דיר וכו'; דו אינטערעסיר זיך פארוואס זי האט זיך גע'גט די ערשטע מאל און פארוואס זי האט זיך גע'גט די צווייטע מאל. עס קען זיין אז זי איז א וואוילע און א גוטע, זי איז פשוט אריינגעפאלן. און גיי ארויס מיט איר, טרעף זיך מיט איר, רעד מיט איר און אז זי געפעלט דיר - גיי ארויס נאכאמאל; ביי זיווג שני איז כדאי צו רעדן מער ווי איין מאל.


בנוגע אז איר מאמע איז א גיורת; דאס דארף דיר בכלל נישט שטערן.


העיקר געב זיך איבער צום אייבערשטן, זיי זיך מבטל צום באשעפער. גיי התבודדות, שמועס אויס דיין הארץ אויף דיין מאמע לשון, כדבר איש אל רעהו, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס. הויב אן פון אנהויב; יעדע מאל מען רעדט צום אייבערשטן - הויבט מען אן נאכאמאל פון אנהויב, כאילו דאס איז די ערשטע שמועס, דערצייל אים פון דיין לעבן, ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, דערצייל אים פארוואס דו האסט זיך גע'גט, אז זי האט אפגעלאזט די אידישע וועג, און דערצייל אים די שידוך וואס מען רעדט דיר, שמועס אויס אלע מעלות און בעט אים ער זאל דיר העלפן; אזוי וועסטו זיין קלאר וואס דו האסט צו טון.


התבודדות קלארט אויס דעם מענטש און ווייזט אים וואס צו טון אין לעבן.


שרייב מיר אלע דיינע ספיקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - האלט א סדר ווייטער אזוי ווי ווען דו ביסט געווען חתונה געהאט
שידוכים, לימוד התורה, סדר היום, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט א גרויסער נס אז דו האסט זיך גע'גט; יעצט זאל דער אייבערשטער דיר געבן אן ערליכע געזונטע שידוך, דו זאלסט קענען אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן, זאלסט זיך נישט נאכלאזן; דריי זיך נישט ביינאכט אין גאס, האלט א סדר אזוי ווי דו ביסט חתונה געהאט, לייג זיך צייטליך און שטיי אויף אין צייט. זיי זיך קובע א צייט אינדערפרי צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י, לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אויך זאלסטו לערנען אפאר פרקים משניות יעדן טאג, אז דו פארשטייסט נישט די משניות - זאלסטו זאגן די ווערטער, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, שם): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט מער פון זאגן די ווערטער; ווען מען זאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה - ווערט מען נאנט צום אייבערשטן.


איך האף צום אייבערשטן אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט טרעפן א געזונטע ערליכע שידוך.

#3 - האלט א סדר ווייטער אזוי ווי ווען דו ביסט געווען חתונה געהאט
שידוכים, לימוד התורה, סדר היום, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט א גרויסער נס אז דו האסט זיך גע'גט; יעצט זאל דער אייבערשטער דיר געבן אן ערליכע געזונטע שידוך, דו זאלסט קענען אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן, זאלסט זיך נישט נאכלאזן; דריי זיך נישט ביינאכט אין גאס, האלט א סדר אזוי ווי דו ביסט חתונה געהאט, לייג זיך צייטליך און שטיי אויף אין צייט. זיי זיך קובע א צייט אינדערפרי צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י, לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אויך זאלסטו לערנען אפאר פרקים משניות יעדן טאג, אז דו פארשטייסט נישט די משניות - זאלסטו זאגן די ווערטער, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, שם): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט מער פון זאגן די ווערטער; ווען מען זאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה - ווערט מען נאנט צום אייבערשטן.


איך האף צום אייבערשטן אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט טרעפן א געזונטע ערליכע שידוך.

#2 - געב אכטונג דיינע קינדער זאלן בלייבן ערליכע אידן
קינדער, כיבוד אב ואם, שידוכים, מאוויס, בית דין, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע די מוסד וכו'; זאלסט פארלאנגען ביים בית דין אז דיינע קינדער זאלן גיין אין ערליכע מוסדות, זי זאל נישט לייגן די קינדער אין נישט פרומע מוסדות.


צווייטנס, זאלסט זען צו האבן די קינדער ביי דיר וואס מער; סתם אזוי ווען מען צעטיילט זיך השם ירחם גייען די קינדער צו די מאמע, אבער אז די מאמע וויל אוועק נעמען די קינדער פון די אידישע וועג - זאלסטו פרובירן מיט דיינע לויערס אויף אלע וועגן אז די קינדער זאלן זיין וואס מער ביי דיר.


בנוגע אויב דו מעגסט ווייזן פאר דיינע קינדער ווידיאוס פון שיעורים פון התחזקות; בדרך כלל איז נישט גוט צו ווייזן פאר קינדער קיין שום ווידיאו, אפילו פון גוטע זאכן; אבער ביי דיר איז א יוצא מן הכלל, אין דיין פאל ווען די מאמע ווייזט זיי נישט גוטע זאכן השם ירחם - זאלסטו זיי יא ווייזן שיעורי תורה, שיעורי חיזוק.


בנוגע וואס דו זאלסט זיי ענטפערן ווען די קינדער פרעגן דיר: "טאטי, פארוואס פירסטו זיך איין וועג און מאמי פירט זיך אן אנדערע וועג?" זאלסטו זיי זאגן: "מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן תשובה טון, אלע אידן זאלן גיין אין די וועג פון די תורה"; רעד נישט צו זיי קעגן זייער מאמע דירעקט, נאר: "מען דארף מתפלל זיין אז מאמי זאל תשובה טון".


בנוגע אויף וואס דו זאלסט קוקן ביי א שידוך, אויף וואס דו זאלסט זיך שטעלן, וואס קען מען פארקוקן וכו'; דאס איז נישט נוגע יעצט, כל זמן דו ביסט נאך חתונה געהאט איז נישטא אזא זאך רעדן פון א שידוך, נאך די גט וועט מען רעדן.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיינע קינדער און אויף אלע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - האב נישט מורא פון חתונה האבן
שידוכים, התחדשות, חתונה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ביסט אריינגעפאלן וכו' - מיינט נישט אז אלע זענען אזוי; עס איז נאריש צו טראכטן אז אלע שידוכים וואס מען רעדט פאר דיר זענען אזוי ווי די ערשטע.


האב נישט מורא פון חתונה האבן, מיר דארפן טון דעם רצון השם יתברך; דער אייבערשטער זאגט מען זאל חתונה האבן - דארף מען חתונה האבן, דער אייבערשטער זאגט מען דארף האבן קינדער - דארף מען טון די מצוה, מען דארף נישט מורא האבן.


וואס איז געווען איז געווען, קוק נישט צוריק, טראכט נישט פון דיין עבר, פון דיין ערשטע זיווג; יעצט איז צייט חתונה צו האבן אזוי ווי די תורה זאגט.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג און אלע מחשבות און בלבולים זאלן אוועק גיין.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.