בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיין א לערערין אין בית פיגא, איז אן אחריות
צניעות, חינוך הילדים, התבודדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איר שיקט מיר מעסעדזשעס אן אויפהער היתכן מען געבט אייך נישט קיין ארבעט אין "בית פיגא", איר זענט פארווייטאגט און פול מיט טענות.


איך וויל איר זאלט וויסן אז זיין א טיטשער איז אן אחריות, און מען דארף טון אלעס וואס די סקול זאגט צו טון; מען קען נישט ארום דרייען, און ווען מען האלט פאר – שטענדיג האבן גוטע תירוצים; זיין א טיטשער איז נאר אז מען וויל, און מען האט די געפיל צו לערנען מיט אידישע טעכטער די הייליגע אמונה, די שיינקייט פון צניעות, די עצה פון רבי'ן, די עצה פון משיח; רעדן צום אייבערשטן וכו' וכו'.


בית פיגא איז מיין טייערסטע זאך, יעדע ריר פון בית פיגא ווערט געטון נאר נאך אסאך התבודדות, איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן מיר זאלן האבן די בעסטע טיטשערס, טיטשערס וואס האבן א געפיל פאר א קינד, טיטשערס וואס האבן ליב קינדער, וואס זענען סענסעטיוו פאר קינדער, איך דארף נישט טיטשערס זאלן מיר אויסלערנען חינוך, איך דארף טיטשערס זאלן פאלגן וואס מען זאגט און אויסהערן די מנהל און מנהלת, (אוודאי קען מען זאגן מיינונגען און דערציילן וואס מען זעט, און אז מען האלט אז זאכן זענען נישט ריכטיג), טון וואס מען זאגט צו טון, נישט טון וואס מען וויל און נאכדעם געבן תירוצים.


אז איר ווילט זיין א טיטשער אין בית פיגא – זאלט איר רעדן מיט די מנהל און מנהלת, מיר דארפן נאך טיטשערס, מיר זוכן גוטע טיטשערס, און יעדע פרוי פון די קהילה וואס וויל קומען טיטשן אין בית פיגא – זאל זיך מעלדן, אבער דאס קען נאר ארבעטן אז מען וויל די זעלבע וואס מיר ווילן, און אז מען האט א געפיל צו איידלקייט, מען האט ליב צניעות און מען עקלט זיך פון די גאס. א טיטשער דארף קומען אנגעטון איידל, נישט מיט די לאנגע שמאטעס וואס קערט אויף די ערד, און נישט מיט ווייסע קליידער, ווייסע שיך, א טיטשער דארף זיין א ביישפיל אז אן רעדן זאלן אירע קליידער שוין לערנען ווי אזוי עס איז שיין צו גיין.