בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך אנשטרענגען צו זיין דרך ארץ'דיג אין קלאס
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, שטרענגט זיך אן דאס מערסטע וואס איז שייך צו זיין דרך ארץ'דיג אין קלאס, נישט טון זאכן ביים פארלערנען, נאר קוקן אויף די לערערין און אויסהערן.


אלע לערערינס וואס קומען אין סקול זענען גוטע לערערינס און טייער, אלע לימודים וואס מען לערנט אין סקול - איז וויכטיג; בעט איך אייך זייער איר זאלט פרובירן דאס בעסטע וואס איר קענט זיין וואויל.


בעטס דעם אייבערשטן אויף שמחה, נאר דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו שמחה, בעטס: "הייליגער באשעפער, מאך מיך פרייליך, רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון מיין קאפ ביז מיין פוס, איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות השמחה זאל איך זוכה זיין נכלל צו ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיר אייבערשטער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס, און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליין, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.