בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען
הפצה, בית המדרש, היכל הקודש, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע אנשי שלומינו פון בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בין זייער פרייליך אז מיר האבן צוריק אונזער ד' אמות, אונזער בית המדרש - וואו מיר וועלן זיך קענען שטארקן אינאיינעם מיט אחדות, מיט ליבשאפט; די גאנצע מעשה וואס איז געווען ביז אהער זאל ענק נישט מבלבל זיין, דאס זאל ענק מחזק זיין און ענק אויפפרישן.


איך וויל ענק בעטן, אלע אן אויסנאם - אלע חברים זאלן אינאיינעם זיך איינטיילן צו גיין פארשפרייטן די שיינע גליונות אין אלע שולן אין בני ברק, אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה.


אויך וויל איך ענק בעטן, אזוי ווי מיר זענען צוריק אין אונזערע ד' אמות - זאל מען זיך פארנעמען נישט צו שמועסן ביים דאווענען; אויב איינער וויל רעדן - זאל ער מוחל זיין ארויסגיין אינדרויסן פון שול, אבער אין שול זאל מען נישט רעדן.


אויך זאל מען זיך מחזק זיין נישט רעדן אויף אנדערע אידן, נישט אויף אנדערע קהילות און אויך נישט אויף אנדערע כיתות אין ברסלב; מיר דארפן נאר עוסק זיין אין פאלגן די עצות פון רבי'ן מיט לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה און מיט גיין יעדן טאג התבודדדות און מיט זיין פרייליך.


אויך בעט איך מען זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, פאלגן די גבאים, און הלואי זאל ביי ענקער חבורה מקוים ווערן וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך; מוהרא"ש פלעגט זאגן, ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן, הלואי זאל דאס מקוים ווערן ביי אייך, ענק זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, אזוי וועט דער רבי זיין ביי ענק, און מוהרנ"ת מיט מוהרא"ש, מיט אלע צדיקים; ווייל דער רבי האט געזאגט ביים אוועק גיין פון ברסלב קיין אומאן (שם, סימן קפז): "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיך קענען ממשיך זיין צו אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.