בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט א נייעם סדר, דו לייגסט זיך שלאפן פרי, דו שטייסט אויף פינף אזייגער פארטאגס לערנען און דאווענען.
איך האב דאס דערציילט פאר מאמי תחי', מיר האבן אינאיינעם געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, אז אונזערע קינדער פירן זיך בדרך התורה.
דיין ווייב תחי' שרייבט מיר אז דו פירסט זיך אויף זייער שיין אין שטוב, דו רעדסט שיין; וואויל איז דיר, וואויל איז דיין חלק.
איך וויל דיר אביסל מוסר זאגן, א טאטע דארף דאך מוסר'ן א קינד; זע צו פאלגן דעם רבי'ן, דו זאלסט פון פריש אנהייבן גיין התבודדות. זוך דיר א שטילע פלאץ; אדער אין שטוב, אדער אינדרויסן און שמועס מיט'ן אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק; אזוי זאלסטו בעטן טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט.
איך האב נאך אסאך צו שרייבן; עס איז שפעט, איך דארף שוין גיין שלאפן.