בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך נישט לאזן פארנארן פון פאנטאזירער
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, דמיונות, פארנארן

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי; תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, א תלמידה פון בית פיגא זאל מען קענען פארדרייען דעם קאפ? איר האט נאכנישט געטרונקען פון די אונגארישע וויין?! דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס) ווער עס האט טועם געווען פון די אונגארישע וויין - אים קען מען שוין נישט פארנארן.


וואס דארפט איר מער פון רעדן צום אייבערשטן? די וואס זאגן אייך אז זיי רעדן ביי זיך אין שטוב צו מענטשן וכו' - די זענען פאנטאזירער, די וואס רעדן ביי זיך אין שטוב צו נשמות - די זענען נעבעך פארדרייט.


וואס איז געשען מיט אייך? וואס דארפט איר זוכן נייע צעדרייטע זאכן?! צי דען האט איר געהערט פון מוהרא"ש אזא זאך, צו רעדן ביי זיך אין שטוב צו נשמות וכו'? צדיקים וכו'?! מיר האבן דאך די מתנה פון רעדן צום אייבערשטן; וואס מער דארפט איר פון דעם? וואס זוכט איר נייע אנשיקענישן?!


רעדט זיך אויס צום הייליגן באשעפער, רעדט זיך אויס צום זיסן טאט'ן, רעדט זיך אויס צום רבון כל העולמים - וועט איר ווערן פרייליך און געזונט.


דאס האט גארנישט מיט אמונת חכמים; איך האב אייך שוין געשריבן, אמונת חכמים איז פאלגן דעם רבי'ן, זיך מתבודד זיין, און זיין פרייליך אפילו מען האלט אז מען דארף זיין צעבראכן.