בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
אונז – די סקול בית פיגא – זאגן נישט פאר א מיידל: "רעד נישט מיט א געוויסע מיידל"; מיר טארן דאס נישט טון, מכמה טעמים, אבער ענק עלטערן וואס ענק שפירן אז די חבר'טע איז נישט גוט פאר ענקער טאכטער, זענען ענק מחויב צו טון וואס ענק קענען אפצוהאקן די שייכות צווישן זיי; עלטערן דארפן האלטן אן אפענעם אויג אויף די קינדער און זען אויב זיי האבן א גוטע חברותא.
על כן זייט געווארנט און געבט דאס מערסטע ליבשאפט און געפיל פאר די קינדער, און אין די זעלבע צייט זייער אכטונג געבן אז די קינדער זאלן האבן חברים און חבר'טעס וואס האבן תמימות און אמונת חכמים צו גיין אין די וועג פון הייליגן רבי'ן, ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.
זיי מער אין שטוב, קום אהיים פארברענגען מיט די קינדער, ביינאכט ווען די קליינע קינדער שלאפן זאלסטו פארברענגען מיט די עלטערע, שפיל א געים מיט זיי, עס מיט זיי אייסעס, אייזקרים, פאפקארן... זע עס זאל זיין געשמאק אין שטוב.
ועל כולם, תפילה; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע קינדער, בעט פאר אלע באזונדער, נישט בנשימה אחת; עשרת בני המן זאגט מען בנשימה אחת, מען דארף פאר יעדן קינד בעטן באזונדער זיי זאלן האבן גוטע חברים מיט תמימות, מיט אמונת חכמים...