בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זמנים פאר ראש השנה שנת תשפ"ג הבא עלינו לטובה
הפצה, אומאן, ראש השנה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דער טאג גייט דיר אריבער מיט אזעלכע הייליגע זאכן; יעדע רגע איז פאר הפצה, צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט.


קרעכץ נישט אז דו קומסט נישט אן מיט די ארבעט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כה:): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", מיר זענען נישט קיין מלאכים, מיר זענען מענטשן; וויפיל מען קען טון - דארף מען טון, אז מען טוט דאס מערסטע וויפיל מען קען - מאכט דער אייבערשטער ניסים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא צט.): "מָקוֹם אָרוֹן אֵינוֹ מִן הַמִּדָּה", דער ארון האט נישט בדרך הטבע קיין פלאץ אין קדשי קדשים, עס איז נישט שייך אריינצושטופן מיט כח, דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז עס האט יא געהאט פלאץ; אזוי איז ביי אלעם, ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן - געשעט א נס און עס איז דא צייט און פלאץ.


איך שיק דיר דא די זמנים פאר ראש השנה שנת תשפ"ג הבא עלינו לטובה. מאך א שיינעם צעטל, דרוק עס אינעם גליון, און אויך זאל מען דאס אנגרייטן אויפצוהענגען אינעם בנין אין אומאן, אלע זאלן וויסן ווען מען דאווענט און ווען עס וועט זיין שיעורים:


מוצאי שבת כי תבוא וועלן מיר זאגן סליחות אום איינס אזייגער.


שבת פרשת נצבים וועלן מיר זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין אומאן. די זמן הדלקת הנרות אין אומאן איז בשעה 6:45.


מיר וועלן דאווענען מנחה און קבלת שבת בשעה 7:30, נאך די סעודה וועט זיין א באטע, מיר וועלן זינגען זמירות און רעדן פון הייליגן רבי'ן.


שבת אינדערפרי וועלן מיר דאווענען שחרית בשעה 9:30, נאכן דאווענען וועט מען פארלערנען ספורי מעשיות.


מנחה וועט מען דאווענען בשעה 7:00, נאך מנחה וועט זיין שלש סעודות.


מוצאי שבת ביי חצות וועלן מיר זאגן סליחות, אום 1:00 נאך סליחות וועט מען קענען מאכן פדיון נפש.


ערב ראש השנה אינדערפרי וועלן מיר דאווענען שחרית אום 8:00, נאכן דאווענען וועט זיין פדיון נפש.


זמן הדלקת הנרות ערב ראש השנה איז 6:30, מען וועט דאווענען דעם לעצטן מנחה פונעם יאר ערב ראש השנה ביים זמן הדלקת הנרות.


שחרית ביידע טעג ראש השנה וועט זיין 8:00


5:00 וועט מען גיין תשליך, מנחה וועט זיין 6:00, און 6:30 וועט זיין די דרשה.


דעם צווייטן טאג ראש השנה וועט מען אויך דאווענען מנחה 6:00, און די דרשה וועט זיין 6:30.


די זמן פון מוצאי יום טוב איז 8:00.


געב איבער פאר האברך ... ער זאל צושטעלן שטרות פרוזבול פאר'ן גאנצן עולם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.