בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, ב' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט כיבוד אב ואם, און אפילו עס איז אייך זייער שווער - שטארקט איר זיך מיט אלע כוחות צו מכבד זיין אייערע עלטערן וכו'.
בנוגע א שידוך, שידוכים האט נאר מיטן אייבערשטן, עס האט נישט מיט קיינעם אנדערש, נאר דער אייבערשטער אליינס מאכט שידוכים, און אפילו עס זעט נישט אויס שכל'דיג אז עס וועט קומען א שידוך - דארף מען גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט שידוכים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפינען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים - אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת"; זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.
בעטס יעדן טאג דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און האט סבלנות, מען דארף אויסווארטן ביז דער אייבערשטער וועט העלפן, און בעטן און בעטן אן אויפהער, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים הַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.