בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך הער צוריק פון האברך ... נרו יאיר אז דו קומסט צו די חבורה אין ..., דו קומסט צום דף שיעור.
וויסן זאלסטו, איינע פון די וויכטיגסטע זאכן אין לעבן איז "נקודת החבר". דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד): "וְגַם צָרִיךְ כָּל אָדָם לְדַבֵּר עִם חֲבֵרוֹ בְּיִרְאַת שָׁמַיִם", יעדער דארף האבן א חבר מיט וועם צו רעדן אין יראת שמים, "כְּדֵי לְקַבֵּל הִתְעוֹרְרוּת בְּלִבּוֹ מֵהַנְּקֻדָּה שֶׁיֵּשׁ בַּחֲבֵרוֹ יוֹתֵר מִמֶּנּוּ", צו מקבל זיין די נקודה פון זיין חבר, "לְעוֹרֵר אֶת לְבָבוֹ", זיך אויפוועקן דאס הארץ, "וְיָסִיר מִמֶּנּוּ עָרְלַת לֵב", און זיך שטארקן קעגן דעם יצר הרע; עס איז זייער גוט אז דו גייסט צו די חבורה, דאס האלט פריש מען זאל זיך נישט אפקילן פון רבי'ן.
איך האף אז דו קומסט ראש השנה צום רבי'ן קיין אומאן. פאר יעדעם איז שווער די נסיעה, יעדער האט מניעות און שטערונגען; דער האט נישט קיין געלט, א צווייטער גייט פארלירן זיין פרנסה, דער האט מיט זיין שווער און שוויגער, זיי ווארענען אים אז זיי גייען אהיים נעמען די טאכטער. אז מען ווייסט וואס ראש השנה איז, מען משפט דעמאלט דעם מענטש: "מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בַחֲנִיקָה וּמִי בַסְּקִילָה", - דעמאלט ווערן בטל אלע מניעות, עס אינטערעסירט שוין גארנישט, מען לויפט צום רבי'ן פאר'ן לעבן, מען הערט קיינעם נישט אויס, נאר דעם רבי'ן וואס זאגט: "קומט צו מיר קיין אומאן אויף ראש השנה, איך וועל זיין ענקער מליץ יושר און עורך דין".