בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - חובות איז א סכנה וואס צעשמעטערט דאס לעבן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה, בזיונות, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט, דו האסט נישט קיין געלט איינצוקויפן אויף שבת, בארגן טאר מען נישט, דו פרעגסט וואס צו זאגן פאר דיין ווייב.


טייערער ברודער, דו ביסט שוין דערטרונקען מיט אזויפיל חובות, פארוואס זאלסטו נישט טון וואס די תורה זאגט (שלחן ערוך יורה דעה, סימן רנג) אויב מען האט נישט קיין געלט - מעג מען בעטן צדקה; פארוואס בארגן און זיך נאך מער באגראבן? חובות איז א סכנה וואס צעשמעטערט דאס לעבן אין יעדע פרט, דעריבער האט אונז דער הייליגער רבי אנגעזאגט נישט צו בארגן געלט.


רוף דיינע חברים, שיק א טעקסט מעסעדזש ווער עס וויל העלפן לכבוד שבת; עס וועט טאקע זיין שווער, עס וועט זיין בזיונות, אבער אזוי וועסטו נישט מער דערטרונקען ווערן.


מוהרא"ש זאגט, ווער עס איז פושט יד - איז נישט פושט רגל; זאלסטו גיין נאך געלט, קענסט גיין נאך געלט אויף צוויי וועגן, אדער זאגן קלאר אז דו גייסט פאר דיר, אדער זאגן: "איך גיי פאר משפחות נצרכים", אבער חס ושלום נישט בארגן.


ברודער, גיי א שפאציר און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, נאר ער וועט דיר העלפן, נאר דער אייבערשטער וועט דיך נישט אוועק ווארפן, וויין צו אים, זאג: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי צעבראכן און פארשעמט, איך האב נישט קיין געלט פאר מיין ווייב און קינדער, איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב שוין אזויפיל חבות, וואס וועט דא זיין? מאך מיר א נס, מאך מיר א טובה, געב מיר שפע.


הייליגער באשעפער איך ווייס אז דאס קומט מיר צוליב מיינע זינד, איך האב געזינדיגט אין פגם הברית, איך האב פוגם געווען בטיפי המח, און דער זוהר זאגט (פנחס רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז מוציא זרע לבטלה ווערט פארארעמט; זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה.


אנא ה', נעם אן מיינע בושות, איך בין אזוי פארשעמט פון יעדן איינעם, איך בין שולדיג פאר אלעמען, און מיין ווייב און קינדער ווארטן ביים טיר איך זאל אהיימברענגען פרנסה, איך קום אהיים מיט ליידיגע הענט, איך בין אזוי צעבראכן, דאס זאל זיין א כפרה פאר מיר"; אזוי זאלסטו זיך אויסוויינען ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.